קלאָץ מעשיות

לויט  י.ל. פֶרץ (יצחק לייבוש פערעץ) אין  100 טן יאָר פון זיין טויט
א מוזיקאלישע יידישע קלאסיק פול מיט געלעכטער און געוויין באַזירט אין די בעסטע דערציילונגען און לידער פונעם ריזיקן שאַפער פון דער יידישער ליטעראַטור.פאַרפאַסערין און רעזשי: אַיאַ קאַפּלאַן, דראַמאַטורגיע, קינסטלערישע באַגלייטונג און מוזיק: דאָרי פּאַרנעס מיט יעקב באָדאָ און דער אַנסאַמבל פונעם טעאַטער שוישפּילערס.
געטריַי צו פרצ’ס גייַסט ברענגט די פאָרשטעלונג אויף דער בינע אַ פאַנטאַסטישע גאַלעריע פון געשטאַלטן פונעם יידישן שטעטל מיט זייערע פריידן און צָרות. מיט זייערע עקאָנאָמישע באַדערפענישן און מיט זייערע גרויסע חַלומֶות. פון די געשטאַלטן געשיכטעס אַנטדעקן מיר א ווונדערבאַרע פילפאַרביקע וועלט אין וועלכער דער געלעכטער און דאָס געוויין, דאָס טראַדיציאָנעל און דאָס מאדערנע, דאָס הויכע און דאָס נידעריקע, אַנטשליסן זיך, איינס מיטן צווייטן ניט צו דערקענען. און אַזוי אַרום שאַפן זיי אויפסניַי דאָס יידישע שטעטל, מיט זיַין שיינקיַיט און מיט זיַינע ליַידן. די פאָרשטעלונג איז באַווירצט מיט חסידישע מַעַשֶיות, מיט אַ דערהויבענעם יידישן הומאָר און מיט ווונדערבאַרע י.ל. פרץ’ס לידער. 
איבערזעצונג אויף יידיש: אַריע בלינדער, קליידער דיזייַן: יהודית אַהאַראָן, דעקאָראַציע דיזיַין: לילי בען- נאַכשאָן, כאָרעאָגראפיע: אַמיט זאַמיר, באַליַיכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע  איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.מיט דער באטייליקונג פון: טרייסי אַווראַמאָוויטש, ראָניט אָשרי, יעקב באָדאָ, ישרָאל טרייסטמאן, אירמאַ סטעפאַנוב, אַנדריי קאַשקער, יהאָנאַטאַן ראָזען, יוֹוואל ראַפּאַפּאָרט.
די פאָרשטעלונג דויערט אַרום: אַ שָעה און 40 מינוט אָן אַ פּויזע.