ספּעקטאַקל וואָס איז אַ וויכטיקער וועג-שטיין אין דער געשיכטע פון טעאַטער
עס האַנדלט זיך וועגן אַ ספּעציעלער ספּעקטאַקל וואָס פארבינדט געזאַנג מיטן שאַרפן אויסדרוק שטייגער פון דער יידישער שפראך און קולטור, מיט דער אַקטועלער ישראל סאַטירע. עס נעמען דאָ אָנטייל דרייַ יונגע אַקטיאַרן: דודו פישער, אַנאַט אַצמאָן און פאַבעל דימנטייב, צוזאַמען מיט די וועטעראַנע און באַליבטע ווי : שמואל אַצמאָן-ווירצער און יעקב באָדאָ. שמואל זאָגט: “דאָס איז אַ זאַפטיקער ספעקטאַקל וואָס רעדט צום האַרצן פון יעדער ישראלדיקער, ניט קוקנדיק צי איז ער אַ ליבהאָבער פון ייִדיש צי ניט. אַן אַלטער צי אַ יונגער, א ישראלדיקער צי אַ נייַער עוֹלֶה – הומאָר און הַנֶאֶה זענען שותפֶתדיק פאַר אַלע”.
רעזשיסאָר און אָנפירער פונעם אָוונט: שמואל אַצמאָן-ווירצער, מוזיקאַלישע אַנפירונג: דוד קריבאָשיי,דעקאָראַציע צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר.
משתתפים: יעקב באָדאָ, פאוועל דימענטייב, אַנאַט אַצמאָן, שמואל אַצמאָן-ווירצער, דודו פישער.