דאָס איז אַ מוזיקאַלישע פּיעסע וועגן דער געשיכטע פון די ראָטשילד’ס וואָס קומט פאָר אין פראַנקפורט אין סוף פונעם 18-טן יאָרהונדערט. די געשיכטע פון דעם טאַטן פון דער מִשפָּחֶה און זייַנע זין און די געשיכטע פון דער עקאָנאָמישער אימפּעריע וועלכע האָט זיך פאַרשפּרייט איבער אייראָפּע און איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם קלאַסישן חָלום פון אַסַך ייִדן “ווען איך וואָלט געווען ראָטשילד…” די געשיכטע פון דער מִשפָּחֶה וועלכע איר בייַטראָג מקַיים צו זייַן דעם ציוניסטישן געדאַנק איו אֶרֶץ-יִשרָאֵל איז געווען איינע פון אירע געבענטשטע טעטיקייַטן. די מִשפָּחֶה ראָטשילד איז דער העכסטער טיטל פון דעם “אַוואַנסירטן” ייִד אין קעגנזאַץ פון דעם גַלות ייִד וואָס לעבט אין אייראָפּע. אין דער פּיעסע ווייַזט זיך אַרויס די ווירקונג פון די היסטאָרישע געשעענישן פון דער צייַט אין די לענדער אין וועלכע די ראָטשילד’ס האָבן באַזירט זייערע געשעפטן (פראַנקרייַך, דויטשלאַנד, ענגלאַנד, עסטרייַך, און איטאַליע) אויף זייער אייַנוואָרצלען זיך, אויף זייער אינטעגראַציע און אויף זייער דערגרייכן דעם פּערזענלעכן, סאָציאַלן און עקאָנאָמישן סטאַטוס.
די מוזיקאַלישע פּיעסע “די ראָטשילד’ס” איז פאָרגעשטעלט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין בראָדוויי מיט 30 יאָר צוריק, דערגרייכנדיק גרויס דערפאָלג אין פאַרשידענע בינעס פון דער וועלט. דער רעזשיסאָר דֶרֶק גולדבי האָט אויך רעזשיסירט די ערשטע ווערסיע וואָס איז פאָרגעשטעלט געוואָרן אין בראָדוויי, און די מחַברים פון “די ראָטשילד’ס” (פּיעסע, לידער און מוזיק) האָבן אויך געשאַפן די באַרימטע מוזיקאַלישע פּיעסע ” אַ פידלער אויפן דאַך”.
מחַבֵר: ילין שרמן, רעזשיסאָר: דֶרֶק גולדבי, מוזיקאַלישער דירעקטאָר: רוני ווייס, מוזיק: ג’רי בוק, לידער: שלדון הרניק, שטימע אינסטרוקטאָרין: עדי-עציון-זאַק, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישה צ’רניאבסקי, דעקאָראַציע און קליידונג צוגרייטונג: יוסי בן-ארי, איבערזעצונג אויף ייִדיש: פּרופ’ אֶמֶריטוּס, איבערזעצונג אויף רוסיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אָנטייל: עדי ארד, אַנאַט אַצמאָן, דודו פישר, ישראל טרײַסטמאַן, געראַ סאַנדלער, קרול מרקוביץ, אַמיטײַ קעדאַר, אָפער גאָלאַן, אַנדריי קאַשקער, קובי בר, הלנה ירלובה, מאָניקאַ וואַרדימאָן, טרייסי אברמוביץ’, אורי קאָוואַלסקי, צחי מילמן, רינת עמנואל, יאַנקעלע אַלפּערין.