אַ ווערק פונען גרויסן יידישן הומאָריסט און סאַטיריקער , יוסף טונקל, באַקאַנט מיטן נאָמען “דער טונקעלער”, טעטיק צווישן די צוויי וועלט מִלחָמות
אַ קאָמישע מוזיקאַלישע פאַרשטעלונג לויטן סאַטירישן קאַבאַרעט סטיל, מיט סקיצן, הומאָר פראַגמענטן און געזאַנג, מיט דער באַטייליקונג פונעם טעאטער שוישפילערס אַנסאַמבל און מיט דער באגלייטונג פון דער אָרקעסטער. “דער טונקעלערס” ווערק זענען פאָרגעשטעלט געוואָרן מיט דערפאָלג אויף די בינעס פונעם סאַטירישן ייִדישן טעאַטער וואָס האָט אויפגעבליט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מִלחָמות: “אזעזאל”, “סאמבאטיאָן” און “אַראַראַט”. זיינע ווערק זענען אַ געוואלדיקע קריטיק צו דעם מענטשנס טֵבֶע, אויסגעדריקט אין דער רייַכער שפּראַך פון די וואַרשעווער ייִדן, און זיי שילדערן די מִנהָגים פון דעם נייַעם יידן אין דער גרויסער און מאָדערנער שטאָט. זיינע פייַלן ווענדן זיך אין אלע ריכטונגען און זייַנע ווערק זענען אַ היסטאָרישער און סאָציאַלער אָפשפּיגל פון זייַן עפּאָכע און זייַן פּלאץ. “דער טונקעלער” שיסט אין אַ זאַפטיקן ייִדיש אויף דער געזעלשאפט פון זייַן צייַט, אָבער זייַנע געשטאַלט געפינען זיך צווישן אונדז אַפילו הייַנט צו טאָג. און פלוצונג זעען מיר ווי ער וואָלט גערעדט וועגן אונדז, הייַנט אין ישראל, אין די צוויי טויזנטער יאָרן. “דער טונקעלער’ס” שאַפונג האָט באַרייכערט אויך דעם רעפּערטואַר פון די גרויסע ייִדישע סאַטיריקער, דזיגאַן און שומאַכער.
רעדאַגירונג און רעזשי: שמואל אַצמאָן-ווירצער און מוטי אברבוך, פזמונים: יאַנקעלע אַלפּערין, מוזיק און מוזיקאַלישע אָנפירונג: מישה בלכרוביץ’, באַוועגונג: מרינה בלטוב, דעקאָראַציע צוגרייטונג: פרידה שוהם, קליידער צוגרייטונג: אנה כרושצ’ובה, באלייַכטונג צוגרייטונג: מישה צ’רניאבסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אנטייל: יעקב באָדאָ, אַנאַבעלאַ, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, הלנה ירלובה, לואיס מינסס, קרול מרקוביץ’, געראַ סאַנדלער, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער, יאַנקעלע אַלפּערין, בת-שבע צייזלר.