מ’זינגט צוזאַמען אויף יידיש
מ’זינגט מיט מיטן יידישפיל טעאַטער, באַגלייט דורך סלייַדז, אַן אָפּקלייַב פון די שענסטע יידישע לידער, מיט דער אויפטרעטונג פון געסט קינסטלער
קאָאָרדינאַטאָר: שמואל אַצמאָן-ווירצעראָנפירערין זינגערין: מאָניקאַ וואַרדימאָן
געסט קינסטלער: יעקב באָדאָ, סאַסי קעשעט, די זינגערינס רינאַט עמאַנועל און אַדי אַראַד. צווישן די באַליבסטע לידער וואָס וועלן געזונגען ווערן צוזאַמען: אויפן פריפעטשיק, קינדער יאָרן, שמוליק שנעק (יונתן הקטן), שיין ווי די לבָנֶה, ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, און אַנדערע. רינאַט עמאַנועל וועט זינגען אויף יידיש און אויף לאַדינאָ. סאַסי קעשעט וועט אויספירן, צווישן אַנדערע, חזונישע לידער. יעקב באָדאָ וועט אויפטרעטן מיט סטאנד-אַפ פראגמענטן. אַדי אַראַד’ס קול אז אַ זעלטענער גלעקער קול און זי זינגט יידישע און חזונישע לידער. דער ספעקטאַקל דויערט, מיטן זינגען צוזאַמען, אַרום צוויי שָעה.