דער ווילנער חזן

פּיעסע פון: אָסיפ דימאָוו ס’טרעטן אויף: סאַסי קעשעט, יעקב באָדאָ און מאָניקאַ וואַרדימאָןדאָס איז די געשיכטע פון יאָעל דָוד, אַ חַזן פון אַ קליינער שול אין פּוילן, וואָס פאַרוואַנדלט זיך אין אַ אפּערע און אָפּערעטן סטאַר. זייַן ווערן באַקאַנט, זייַן דערפאָלג און די גלענצנדע נייַע וועלט, דערפירן אים לאַנגע יאָרן, צום פאַרלוסט פון זייַן יידישער […]

דזשיגאַן און שומאַכער אויף אייביק

אַ זשעסט פאַרן קאָמישן און אומפאַרגעסלעכן פּאָרל געשפּילט דורך יעקב באָדאָ און גאַדי יאַגיל די פּיעסע, געשריבן דורך קאָבי לוריע, קומט פאָר אין דעם עולם האמת, אין וועלכן מיר זעען אַ פאַנטאַזיע-צוזאַמענטרעף צווישן דזשיגאַן און שומאַכער -די צוויי ריזן פון דעם ייִדישן הומאָר און סאַטירע, וועלכע זענען צוזאַמען אויפגעטראָטן במשך אסַך יאָרן און האָבן אויך […]

די פּאַרי שוועסטער

פון: מיכאַעלאַ רוסאָני פּראָדוקציע בשותפֶות מיט דער עסטרייכער אַמבאַסאַדע און דער פּוילישער קולטור אינסטיטוט “די שוועסטערס פאַרי” איז א פּיעסע וואָס שילדערט די אינערלעכע און אויסערלעכע געפילן פונעם אימיגראַנט. די טעמע איז אַקטועל אין יעדער ציַיט. מיט זייער עמיגראַציע קיין אמעריקע שטייען ביידע שוועסטערס, מלכה און חיה, אָפּשטאַמיקע פון א טראדיציאָנעלע יידישע מִשפָּחֶה, אַנטקעגן דער […]

טביה דער מילכיקער

פון: שלום עליכםדער יידישפיל טעאַטער איז שטאָלץ צו ברענגען פאַר אייַך די אָריגינעלע ווערסיע מיט דער זעלביקער שפראַך וועלכע שָלום עַליכם האָט געשריבן “טֶביֶה דער מילכיקער”. זייַן ווערק איז געווען אַ קוואַל פון אומשעפלעכע אינספּיראַציע פאַר הונדערטע מוזיקאַלישע פּיעסעס, פילמען א.א.וו., נאָר ווייניק פון זיי האָבן געהאַנדלט מיט דער פּיעסע נעטאָ, אַזוי ווי מיר טוען […]

זײַן נאָמען איז בנימין

אַ סאַטירישע קאָמעדיע פונעם ישראל פרייַז לאורעאַט עפראים קישאָן די ערשטע סאַטירישע פּיעסע פון עפראַים קישאָן. געשפּילט געוואָרן אין טעאַטער “הַבימַה” אין יאָר 1953 , פיר יאָר אַליין נאָך זיין אָנקומען קיין ישראל, ניט קענענדיק אַ וואָרט העברעיש. דער רעזשיסאָר פון דער פּיעסע איז געווען אין זיין צייט ניט מער און ניט ווייניקער ווי ישראל […]

אַ יריד פון געלעכטער

אַ ווערק פונען גרויסן יידישן הומאָריסט און סאַטיריקער , יוסף טונקל, באַקאַנט מיטן נאָמען “דער טונקעלער”, טעטיק צווישן די צוויי וועלט מִלחָמות אַ קאָמישע מוזיקאַלישע פאַרשטעלונג לויטן סאַטירישן קאַבאַרעט סטיל, מיט סקיצן, הומאָר פראַגמענטן און געזאַנג, מיט דער באַטייליקונג פונעם טעאטער שוישפילערס אַנסאַמבל און מיט דער באגלייטונג פון דער אָרקעסטער. “דער טונקעלערס” ווערק זענען פאָרגעשטעלט […]

אַ פשוטע מַעשֶה

פונעם נאָבעל לאורעאַט ש”י עגנון אַ פּשוטער און טאָג טעגלעכער בָחור, מיט אַ באקוועמע און אַ נאיווע פּערזענלעכקייַט, אַ בן-יָחיד און אַ בן זקונים, פון א מִשפָּחֶה פון פאַרמעגלעכע סוחרים אין אַ שטעטל פון קרעמער אין גאַליציע, אין אָנהויב פונעם פאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. דער דאָזיקער פּשוטער בָחור, דער “אנטי-העלד” הערשל האָראָוויץ , פאַרוואַנדלט זיך ניט ווילנדיק, […]

צו זינגען און צו לאַכן

אַ מוזיקאַלישער פאַרווייַלונגס ספּעקטאַקל מיט יעקב באָדאָ און אַנאַט אַצמאָןאַ אייגנאַרטיקער צוזאַמענטרעף צווישן צוויי דורֶות פון ישראל פאַרווייַלונג סטאַרן וועלכע האָבן זיך פאַראייניקט אויפצוטרעטן אויף דער יידישפיל טעאַטער בינע, אין אַ סאַטירישן און אַקטועלן פּראָגראַם וועגן הייַנטיקע עִניָנים ווי אויך אין קלאַסישע און הייַנטציַיַטיקע סצענעס און לידער. דער ספּעקטאַקל קומט פאָר אין דעם קאָסמעטיק צימערל […]

די גאָלדענע יאַטן

<strong><font size="3">די גאלדענע יאטן</font></strong> <p> <strong>קומדיה סוחטת רעמי צחוק מאת ניל סיימון </strong> </p> <p> "נערי הזהב" הינו המחזה לפי מסורת הקומדיה האמריקנית. סיפור של הזדקנות, של ידידות, כעסים והתפייסות. יש בה כל האלמנטים המרכיבים קומדיה מצליחה, שמדברת אל לב הקהל: הומור, סאטירה ורגישות אנושית. זהו סיפורם של שני בדרנים אגדיים, שהופיעו שנים רבות כצמד […]

צוויי קוני-לעמל

אַן אַקטועלע און ברויזיקע סאַטירע צום אָפּמערקן 125 יאָר פון יידישן טעאַטער אין אייראָפּע אין מָקור האָט זיך גערופן די פּיעסע “דער פאַנאַטיקער” און ס’ווערט דערציילט אין איר וועגן אַ רייַכער חָסיד וועלכער אַנטדעקט צו זייַן אומגליק אַז זיין יונגע טאָכטער איז פאַרליבט אין אַ סטודענט וואָס לערנט מעדיצין, אַ בָחור מיט פרייַע געדאנקען. דער […]