מוזיקאַלישע פּיעסע לויט אַ ראָמאַן פון שָלום אַש מאָטקע, אַ יינגל פון 17 יאָר, אַנטלויפט פון דער תפיסֶה, נאָכדעם ווי ער איז באַשולדיקט געוואָרן צוליב גַנבֶנען אַ ברויט. לויפנדיק געפינט ער אַ יידישן וואַנדעריקן צירק, און דאָרט פאַרליבט ער זיך אין מערי’ן- אַן אַקראָבאַטקע, די סטאַרן פונעם צירק. זי היט אים אּפּ און באַהאַלט אים […]
אַ ספּעציעלע פּראָדוקציע פאַרן ישרָאל פעסטיוואַל פון: איציק מאַנגער, מוזיק: דובי זעלצער, דראַמאַטיזאַציע און רעזשי: שמואל בונים, איבערזעצונג און פאַרבינדונגס ווערטער: חיים כעפער, מוזיקאַלישע לייטונג: הערווי באָרדאָוויטש, באַלייַכטונג דיזייַן: יעכיעל אָרגאַל, קלאַוויר: יעלענאַ קאָפּעלאָוויטש. ס’באַטייליקן זיך: טאַטיאַנאַ אודינאָקאָוואַ, יאַנקעלע אַלפּערין, ישראל טרײַסטמאַן, גאַדי יאַגיל, יאָסי סאָקאָלסקי, חיָה סאַמיר, שמואל אַצמאָן-ווירצער, רבקֶה ראַז.
אַ מוזיקאַלישע קאָמעדיע פונעם הומאָריסט שָלום עַליכם, באַאַרבעט דורך יוסֶף שייןשימעלע סאָראָקער, אַ שנייַדער און אַ שניידערס אַ זון, זייןַ ווייַב עטי-מעני, און זייער איינציקע טאָכטער ביילקע, וווינען אין אַ געדונגענע דירֶה וואָס געהערט צום גביר ר’ אַשער פייַן. שוין עטלעכע מאָנאַטן וואָס זיי האָבן נישט באַצאָלט דירֶה-געלט. שימעלע נייט אַן אָנצוג פאַר סאָלאָמאָן פיין, […]
אַ פּיעסע פון אונדזער נאָענטסטן עָבָר פון: באַרבאַראַ לעוואָב “אַ שיין מיידעלע” איז אַ מאָדערנע דראַמע וועגן חוּרבן, אָבער דער חורבן ווערט כִּמעַט נישט דערמאָנט. פּיעסעס פון אָט דעם מין האָבן געפּרוּווט אויפלעבן די פאַקטן און איבערגעבן דאָס אומפאַרשטענדלעכע אויף אַ קלאָרן אוֹפן, אויב דאָס איז בִּכלַל מעגלעך. אַ טייל האָבן דאָס דערגרייכט. ווער מער […]
פראַגמענטן פון שלום עליכם די פאָרשטעלונג עפנט זיך מיט דער שילדערונג פונעם שטעטל קאסרילעווקע – אירע גאַסן און די זומפּן אין מיטן שטעטל, וועלכע לויט שלום עליכם זענען זיי דאָס שענסטע . די מערהיַיט מענטשן פון שטעטל זענען אָרעמעליַיט, קבצָנים, די גאַנצע וואָך אַרבעטן זיי שווער און ביטער, שפאָרן אָפּ דאָס ביסן פון מויל בכדי […]
לויט די “מגילה לידער” פון איציק מאנגער מוזיקאלישע קאָמעדיע באזירט אויף דער מגילת אסתר דערציילונג. פאָרשטעלונג באזירט אויף איציק מאנגערס לידער, דערציילט די מגילת אסתר געשיכטע ווי זי וואָלט פאָרגעקומען אין מזרח אייראפּעישן ָשטעטל, אין אָנהויב פונעם פארגאנגענעם יאָרהונדערט. די העלדן פון דער מגילה (אחשוורוש, אסתר המלכה, מרדכי היהודי, און המן הרשע) טראכטן און רעדן […]
אַ פּיעסע פון שָלום עַליכם פּיעסע באַזירט אויפן ראָמאַן “ההצלה עקובה מדם” געשריבן אין יאָר 1912. צוויי חַבֵרים, איינער אַ ייֵד (שניאורסאָן) און דער צווייטער אַ גוי (איבאַנאָוו), פייַערן די ענדע לימודים אין גימנאַזיע אין דער צאַרישער צייַט אין רוסלאַנד, אין וועלכער דער צוגאַנג פון יידן צו אַ קאַריערע און צו בילדונג איז געווען פול […]