פון: אָסיפ דימאָוו עס שפּילן די יונגע שוישפּילערס פון טעאַטער: געראַ סאַנדלער- אַלס יאָשקע, אירמאַ סטעפּאַנאָוו -אַלס שיינע, אַמיטײַ קעדאַר- אַלס סעמיאַנטשיק. ער האָט איר ליב, זי האָט ליב עמעצן אַנדערש. ער איז זיך מַקריב און אַזוי אַרום דערמעגלעכט ער זי זאָל זוכֶה זייַן צו איר געליבטן. אָבער וועלכער פּרייַז וועלו באַצאָלן אַלע? “יאָשקע מוזיקאַנט” איז די דערפאָלגרייַכסטע פּיעסע פון אָסיפ דימאָוו (דער פאַרפאַסער פון “דער חַזן פון ווילנע”, אין וועלכן ס’האָט זיך באַזירט דער ערשטער רעדעוודיקער פילם ” דער זשאַס זינגער”). די פּיעסע איז אַ פּערל און אַ מוז פאָרשטעלונג אין יעדן יידיש טעאַטער. ס’איז די ריררנדיקע געשיכטע פון יאָשקע, אַן אַרעמער כליזמער און זייַן ליבע צו שיינע’ן, אַ שיינע יתומֶה וואָס דינט אין אַ שטוב פון אַ רייַכער פרוי, מאַדאַם לוריאַ. שיינע, פון איר זייַט, איז פאַרליבט אין דער באַלעבאָסטעס זון, , דער געפיעשטשעטער און צעטומלטער סעמיאָנטשיק, וועלכער זוכט אינגאַנצן פאַר זיך אַ שידוֶך מיט אַסַך געלט אין דער גרויסער שטאָט. אַ געשיכטע פון ליבע און הַקרָבֶה, אין וועלכער עס מישן זיך צונויף טרויער, געלעכטער, חוכמֶה און מוזיק. ס’זענען פאַראן דראַמאַטישע גורל געראַנגלען און הינטער דעם, ווייַזט זיך אַרויס אַ קריטיק וועגן דעם כוחַ פונעם געלט. דער מחַבֶר, אָסיפ דימאָוו,( אַ רוסישער געלערנטער ייד) געבוירן געוואָרן אין 1878 ,פונעם דור פון בערנאַרד שאָו, וועלכער האָט אין אָנהויב געשריבן אויף רוסיש און נאָך די געשעענישן פון קישינעוו האָט ער אנגעהויבן שרייַבן וועגן יידישע טעמעס און אויך עמיגרירט קיין אמעריקע, וווּ ער האָט געאַרבעט מיט גרויס הַצלָחֶה מיט די בעסטע אַקטיאָרן און פּראָדוצירערס. זייַן פּיעסע “דער חַזן פון ווילנע”, וואָס איז געשפּילט געוואָרן מיט צוויי סעזאָנען צוריק אין יידישפיל טעאַטער, איז דער גרונט פונעם ערשטן רעדעוודיקן קינאָ פילם ” דער זשאַס זינגער” מיט אַל זשאָלסאָן. באַאַרבעטונג און רעזשי: יצחָק שאולי, דעקאָראַציע דיזייַן און קליידונג: פרידאַ קלאָפהאָלץ-אווראהאַמי, מוזיקאַלישע באַאַרבעונג: שיי בען-יַעַקב , כאָרעאָגראַפיע: גילאַד קימכי, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
ס’באַטייליקן זיך: אַנאַבעלאַ, דאָרי ענגעל, ראָניט אַשערי, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טטרײַסטמאַן, מירי ראַגענדאָרפער, אירמאַ סטעפּאַנאָוו ,געראַ סאַנדלער, אַמיטײַ קעדאַר, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער, ניוו שאַפיר.
די פאָרשטעלונג ווערט באָגלייט מיט אַ לעבעדיקער כליזמער אָרקעסטער.