אַ מוזיקאַלישע פאָרשטעלונג מיט 21 אָנטיילנעמערס פון: יעקב ראָטבאַום לויט: איציק מאַנגער און אברהם גאָלדפאַדען
פון צייַט צו צייַט , ווענדעט זיך אַ ערנסטער קונסט טעאַטער צו זייַנע קוואַלן און שעפּט פון זיי טעאטראלישע מאַטעריאַלן. אַלס רעזולטאַט זענען מיר זוכֶה צו זען באַנייַטע פּראָדוקציעס אויף די בינעס פון אייראָפּע, אַמעריקע ביז שעקספּירס געגנטן, מאָליער, שילער, גאָגאָל, אָסטראָבסקי, און אויף אונדזערע בינעס – שאַפונגען פון מענדעלע, פּערעץ, שָלום עַליכם, גאָלדפאַדען און אַנדערע. די מאָדערנע ווערסיעס פון די דאָזיקע פּיעסעס זענען ווערט מ’זאָל אויף זיי זייַן אויפמערקזאַם צוליב דעם פרישן אוֹפן אין וועלכן ס’ווערט באַהאַנדלט די קלאַסיקע. ס’איז דאָ אַ דערקלערונג וועגן דעם אופן אין וועלכן ס’ווערן באַנייַט די באַאַרבעטונגען פון אַ קלאַסישע פּיעסע פונעם שטאַנדפּונקט פון דער באַציונג צום מחַבֶר און צו דער טעמע. פאַרשטייט זיך אַז עס ווענדעט זיך אין דעֵר באַנעמונג פונעם קינסטלערישן דירעקטאָר, אָדער פונעם רעזשיסאָר פון דער פאָרשטעלונג. מיר גלויבן אַז די “יסודותדיקע פאַרמעגנס” פון אונדזער קולטור דאַרפן זייַן אַ שפּרונגברעטל, צו העלפן פאַרן פראָגרעס פון דער מענטשהייַט צו אַ בעסערער און אַ לייַכטער צוקונפט. גאָלדפאַדען איז אַ אייביקער מָקור פון פאָלק קונסט און אַ רייַכער מָקור פון קינסטלערישע פּרוּוון אינעם טעאַטער געביט. “אַ גאָלדפאַדען חָלום” איז ניט קייַן באַנייַטע און טראַדיציאָנעלע אויפטרעטונג מיט איינע פון זייַנע באַרימסטע אפּערעטעס, נאָר אַ נייַע אינטערפּרעטאַציע פון גאָלדפאַדענס מאָטיוו. איציק מאַנגער איז שטאַרק פאַרבונדן אין דער קאָמעדיע “די מַכשֵפֶה” צו גאָלדפאַדען. דאָס איז דער מָקור פון ” אַ גאָלדפאַדען חָלום”. אין דער דאָזיקער קאָמעדיע בייַטן זיך חָלום מיט ווירקלעכקייַט, און ערנסטקייַט און הומאָר מישן זיך צונויף. די ענדערונג וואָס קומט פאָר אין האָצמאַכ’ס געשטאַלט דורך מאַנגער’ן האַט אין זיך רייַכקייַט, קאָמפּליצירקייַט, און פילפאַכיקייַט, סייַ פון דעם פאַטעטישן און סייַ פונעם קאָנצעפּטועלן שטאַנדפּונקט. מיט אַ קינסטלערישער האַנט פלעכט מאַנגער אַרייַן טעאַטראלישע עלעמענטן און סאָציאַלע אָנצוגעהערענישן. מאַנגער’ס האָצמאַך איז ניט דער זעלביקער קליינער מענטש וואָס קיינער קען ניט און דינט אַלס לֵץ אין די רייַכע גבירישע יום -טובים. מאַנגער האָט פאַרוואַנדלט האָצמאַכ’ן אין אַ ייִדישן סימבאָל וואָס האָט ניט קייַן באשטימטן פלאַץ , אַָן אַ פאָטערלאַנד ווייַל די אומשטענדן און די קָאָנדיציעס האָבן געפירט צו דעם אַז ניט ווילנדיק, איז ער געווען געצוווּנגען צו אַנטלויפן, ליגנט זאָגן און אָפּנאַרן, כּדֵי ער און זייַנע יונגע טעכטער זאָלן קענען בלייַבן לעבן. ער מאַניפּולירט, נאַר חָלֶומט אַרויסצוקריכן פונעם שענדלעכן מַצֶב. מאַנגער ווייַזט פאַר די צוקוקערס, דרייַ פאַרשידענע האָצמאַכן כּדֵי צו באַווייַזן אַז האָצמאַך איז ניט קיין איין און איינציקע דערשייַנונג, אַ צופעליקער אַקצידענט, נאָר דער גאַנצער מַצֶב פון ייִדן אין אייראָפּע מיטן זעלביקן גורל. מאַנגערס קאָמעדיע רופט אַרויס די אויפמערקזאַמקייַט פון פּובליקום צו ערנסטע ווי אויך צו פאַרווייַלונג טעמעס. מאַנגער איז מַצליחַ צו פאַרבינדן פאַרווייַלונג און אָנזאָג. אין דער איצטיקער ווערסיע פון “אַ גאָלדפאַדען חַלום” ווילן מיר אויך אַנערקענען דעם טעאַטער פון הער האָפּקאַ מיט זייַן ליד “בײַ מיר ביסטו שיין”. מיר שטרעבן אויך אויסצודריקן אונדזער באַגער צו אַ האַרציקן, פאָלק ייִדיש טעאַטער, מיט אַ מאָדערנעם סאָציאַלן צוגאַנג, אַקטועל, פאַרבונדן צו זייַן טראַדיציע, דאָס הייסט צו דעם קלאַסישן יידיש לעגאַט.
געשטאַלטן פון די פּיעסעס פונעם פאָטער פון יידיש טעאַטער אַברָהם גאָלדפאַדען, וועבן זיך צונויף אין אַ פאַרביקן קאָלאַזש אינעם חָלום פון אַ געוועזענער סופלאָר אין ייֵדיש טעאַטער. אַ בענקעניש צו דער ברויזיקער און קאָלירטער וועלט וועלכע עקזיסטירט ווייַטער אין חַלומֶות.
רעזשי: העלען קאוט, כאָרעאָגראַפיע: דאַניעלאַ מיכאַעלי, מוזיקאַלישע אָנפירונג: אוזי עסנער, דעקאָראַציע צוגרייטונג: מיקי בן-כנאאַן, קליידונג דיזייַן: אַנאַט מעסנער, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אָנטייל: טרייסי אבראַמאָוויטש, יאַנקעלע אַלפּערין, יעקב באָדאָ, נוריט באַנייַ, נאָאַ גאָלדענבערג, אָפער גאָלאַן, מיכאַעל גרינשטיין, יאָטאָם זילבערמאַן, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ איראלאָוואַ, יאָסי סעגאַל, יאָָסי סאָקאָלסקי, אַנאַבעלאַ, אורי קאָוואַלסקי, עטעל קאָבינסקאַ, שייַ קאַמינסקי.
מוזיקערס: נילי קריס – פּיאַנע, אַרקאַדי גאָלדבערג – אַקאָרדיאָן, וולאַדימיר ווימגאָק – פידל, גאַנייַ קאַץ – קלאַרינעט, סטאַניסלאַוו באַולין – קאָנטראַ באַס.