אַ סאַטיראישער קאַבאַרעט וועגן פּאָרלעך און ליבע”אַ זיווֶג פון הימל” – אַ שלאַגער וואָס באַשטייט אינגאַנצן פון לידער, הומאָר פראַגמענטן, טענץ און סצענעס וואָס זענען געשריבן געוואָרן אויף העברעיש דורך די בעסטע הומאָרעסקע פאַרפאַסערס (עפראַים קישאָן, יאָסי באַנאַי , ניסים אַלאָני און נאָך ) און איבערגעזעצט געוואָרן אין אַ זאַפטיקן יידיש. אַנאַט אַצמאָן און גאַדי יאַגיל דריקן אויס אין דער דאָזיקער פאָרשטעלונג אַלע זייערע פעיקייַטן: געזאַנג, טענץ, קאָמישער טאַלאנט, דראַמאַטישער שפּיל – אַ מחַייה וואָס בעסער קען ניט זייַן. דער ספּעקטאַקל איז באַגלייט פון מוזיק און פון אַ סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש.
רעזשיסאָר: שמואל אַצמאָן-ווירצער, ווערטער און לידער: יאַנקעלע אַלפּערין, דעקאַראַציע דיזייַן און קליידונג: סוועטלאַנאַ בערגער, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, מוזיקאַלישע באַאַרבעטונגען: מישאַ בלעכעראָוויטש, מוזיקאַלישי באַגלייטונג: לענאַ קאָפּעלאָוויטש, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
ס’נעמען אָנטייל: אַנאַט אַצמאָן, גאַדי יאַגיל, שמואל אַצמאָן-ווירצער, יאַנקעלע אַלפּערין.