אַ מוזיקאלישע פאָרשטעלונג פול מיט פרייד, געלעכטער, און אַ טרער וועגן אַ יידישע מאַמע מיט מוזיק, טעאַטער און קינאָ.”אַ יידישע מאַמע, עס גיט ניט בעסער אויף דער וועלט, אַ יידישע מאַמע, אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט… ווי שיין און ליכטיק איז אין הויז ווען די מאַמע איז דאָ, ווי טרויעריק, פינצטער איז ווען גאָט נעמט איר אין עולֶם הַבָא”. אַ פאָרשטעלונג וואָס איז נישט כּדאַי אַרויסצוגיין פון איר אָן אַ סוועטער!… (“נאָר טוט וואָס איר פאַרשטייט, איך האָב מיַינס געזאָגט, און קומט נישט שפּעטער וויינען פאַר מיר”).וואָס איז נישט געזאָגט געוואָרן, און וואָס איז נישט געשריבן געוואָרן וועגן דער יידישער מיטאָלאָגישער מאַמע…? די וואָס באשיצט און האָט רַחמָנֶות אָבער קריטיקירט אויך און קאַסטרירט. נאָכן גרויסן דערפאָלג, “מאָנאָלאָגן פון דער קישקע” און “ציגייַנער נשָמֶה” טרעט אויף ווידער דער יונגער אַנסאַמבל פונעם יידישפיל טעאַטער מיט אַ מוזיקאַלישער פאָרשטעלונג וועלכע פאַרטיפט זיך אין די באַציונגען צווישן מאַמעס און קינדער דורך די שענסטע און רירנדיקע לידער וואָס זענען געשריבן געווארן וועגן דעם אויף יידיש. רעדאַקטאָר און רעזשיסאָר: יאָני איילאַט, באַאַרבעטונגען און מוזיקאַלישער לייטונג: ליאָר ראָנען,מיט דער באטייליקונג פון: יאָני איילאַט, ראָניט אַשערי, יעל יעקעל, מירי ראַגענדאָרפער, יהונתן ראָזען, ניוו שאַפיר.