אַ ליבע פאַר אַ גראָשן – פּיעסע פון יהושע סאָבאָל
“אַ ליבע פאַר אַ גראָשן ” איז אַ פאָרשטעלונג פון אַ טעאַטער-אַנסאַמבל פון ייִדיש שפילנדיקע אַרטיסטן, היימלאָזע אימיגראנטן, וועלכער ראַנגלט זיך פאַר זיין קיום און איז מַצליח איבערצוהאַלטן און בייצוקומען אַלע צָרות, נישט געקוקט אויפן פּרווו פון דעם בעל- הבית זיי אַרויסצווואַרפן פונעם שטאַל אין וועלכן זיי טרעטן אויף און זיי אַרויסצווואַרפן אויף דער גאַס. דער נֵס געשעט ווען עס באַוויַיזט זיך אַ מיסטעריעזער דערלייזער וואָס ביים סוף אַנטפלעקט ער זיך ווער ער איז. די מיטגלידער פון דעם אַנסאַמבל פירן אויף פאַר זייער מיסטעריעזער דערלייזער (און פאַרן פּובליקום) אַ סאַטיריש בילד פון דער איצטיקער ישראלדיקער גאַס מיט אירע גאַסן-מוזיקאַנטן, און גורל-זאָגערס, תפילין-בינדער, חמסות-פאַרקויפערס, בייגל-פאַרקויפערס,האַנט-פלאַך טרעפערס, ווי אויך מיוחסדיקע דאַמען , מזלדיקע שריַיבערלעך פון די לאָקאַלע וואָכן-בלעטער, פּאָליטיקער, גאַסו פרויען, קמיעה פאַרקויפערס, מתנחלים און כלערליי גיבורים וואָס הייבן זיך גיך אַרויף און ענדיקן גיך צווישן די רכילות קאָלומס פון דער געלער פּרעסע.
“אַ ליבע פאַר אַ גראָשן איז אַ מוזיקאַלישע סאַטירע פונעם לעבן פון דער היַינטציַיטיקער ישראלדיקער געזעלשאפט , לויט ווי קאָמיש זי זעט אויס אין די אויגן פון אימיגראַנטן, און וועלכע קלינגט נאָך קאָמישער אויף ייִדיש.
די פּיעסע איז געשריבו געוואָרן אין איר מקור אויף יידיש דורך יהושע סאָבאָל, און איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיש דורכן מחבר.
יהושע סאָבאָל, דאַניעלאַ מיכאַעלי, מישאַ טשערניאַווסקי, מיכאַעל גרינשטיין.
יעקב באָדאָ, יאַנקעלע אַלפּערין, אַנאַט אַצמאָן, ישראל טרײַסטמאַן, טרייסי אבראַמאָוויטש, יאָָסי סאָקאָלסקי, העלענאַ איראלאָוואַ.