אַ קלאַסישע קאָמישע אָפּערעטע
דער ייִדישפּיל טעאַטער איז שטאָלץ פאָרצושטעלן אַ פּיעסע פון דעם מחַבֶר משֶה שור. דאָס איז אַ שאַרפע און באַרירנדע אָפּערעטע וואָס אַנטהאַלט פיל לידער פון פרץ סענדלער און פון מרדכי געבירטיג , וועלכע קומט פאָר אינגאַנצן אַרום אַ גביר’ס אַ חַתונֶה. די דאָזיקע זאַפטיקע מַעשֶה דערמעגלעכט אונדז ארַיינצוטאָן אַ פרישן און הומאָריסטישן קוק אויף אַ הויפּט געשעעניש אין לעבן פון די געשטאַלטן וואָס נעמען אָנטייל אין דער פּיעסע. וואָס געשעט ווען אַ בַעַל חוֹב אַן אָרעמאַן, לייגט פאָר זייַן טאָכטער’ס חַתונֶה פאַר אַ חוֹב ּפִּדיון? און בִפרַט ווען דער קרעדיטאָר איז אַ רייַכער ייִד, אַ בעַל אַחוזֶה, פאַראינטערעסירט אין דער יונגער כַּלֶה וועלכע איז באַשטימט צו ווערן זיין זעקסטע פרוי… ווי אַנטוויקלט זיך דער אַרגומענט ווען די יונגע כַּלֶה באַשליסט צו זוכן איר גליק בייַ עמעצן אַנדערש? דער ייִדישפּיל טעאַטער טרעט אויף מיט אַן אַקטועלע ווערסיע פון איינע פון די קלאַסישע אָפּערעטעס פון ייִדיש טעאַטער פון אַלע צייַטן, וועלכע איז געווען אַ שלאַגער אין גאַנץ אייראָפּע און אין אַמעריקע און צווישן אַנדערע אויך אויף די בינעס פון בראָדווייַ. “אַ רומענישע חַתונֶה” איז אַ קלאַסישע קאָמישע אָפּערעטע פול מיט לידער און טענץ, דורכגעפירט דורך אַ גרויסן אַנסאַמבל פון שוישפּילערס. דער פאַרווייַלנדיקער און חֵנעוודיקער אַרגומענט אַנטוויקלט זיך אין גאָר אומדערוואַרטעטע ריכטונגען. די גלענצנדע דיאַלאָגן, די הומאָריסטישע סצענעס, און די באַוווּסטע סיטואַציעס פון יעדן איינעמס לעבן לאָזן אונדז וואַרטנדיק צו אַנטדעקן ווער וועט צום סוֹף שטיין אונטער דער חוּפֶּה?!
רעזשי: מיכאַעל גרינשטיין, מוזיקאַלישע אָנפירונג: שלמה לעדערמאַן, כאָרעאָכראַפיע: טעדעוש ווישניעבסקי, בינע צוגרייטונג: עלי סינאי, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, קליידער צוגרייטונג: עלא דאשקאָבסקא, סימולטאָנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
מיט: אַנאַבעלאַ, יאַנקעלע אַלפּערין, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ איראלאָוואַ, יאָנאַט מאַטאַן, קאַראָל מאַרקאָביץ, יאָָסי סאָקאָלסקי, אורי קאָוואַלסקי, וואַדים קאָטלעראָב, שייַ קאַמינסקי, אַנדריי קאַשקער.