אַ פּיעסע פון אונדזער נאָענטסטן עָבָר פון: באַרבאַראַ לעוואָב
“אַ שיין מיידעלע” איז אַ מאָדערנע דראַמע וועגן חוּרבן, אָבער דער חורבן ווערט כִּמעַט נישט דערמאָנט. פּיעסעס פון אָט דעם מין האָבן געפּרוּווט אויפלעבן די פאַקטן און איבערגעבן דאָס אומפאַרשטענדלעכע אויף אַ קלאָרן אוֹפן, אויב דאָס איז בִּכלַל מעגלעך. אַ טייל האָבן דאָס דערגרייכט. ווער מער און ווער מיט ווייניקער הַצלָחֶה. אָבער הייַנט, און אַווַדֶאי אין ישראל, ווייסט מען גאַנץ גוט וואָס עס איז געשען. “אַ שיין מיידעלע” איז אייגנאַרטיק מיט דעם וואָס די דראַמע לעבט אויף אַ צעבראָכענע מִשפָּחֶה. אַ טאַטע וואָס איז אין אָנהויב פון די דריַיסיקער יאָרן אַוועק מיט זיַינס אַ טאָכטער קיַין אַמעריקע, מיטן פּלאַן באַלד אַריבערצונעמען זיַין צווייטע טאָכטער מיט זיַין וויַיב. אָבער דער פּלאַן ווערט נישט מקַיֵים צוליבן קריזיס אין אַמעריקע און דעם אויפשטיַיג פון נאַציזם. ערשט אין 1946, כִּמעַט צוואַנציק יאָר שפּעטער, קומט צו פאָרן קיַין נין-יאָרק זיַין צווייטע טאָכטער, נאָכן איבערלעבן דעם געטאָ קאָנצענטראַציע לאַגער, טראָגנדיק אין איר די וווּנדן פון דעם חוּרבן אויסגעקריצט אויף איר גוּף און נשָמֶה. “אַ שיין מיידעלע” פאַרנעמט זיך נישט אַזוי מיט די פאַקטן פון חוּרבן ווי מיט דער טראַוּמאַטישער ווידערטרעפונג פון די דריַי צענטראַלע געשטאַלטן אין דער דראַמע. ס’איז דאָ אַ ווערטל: “אַז מען פאַרגעסט די פאַרגאַנגענהיַיט – פאַרלירט מען די צוקונפט”. די געשטאַלטן אין דער דראַמע, אויב זיי האָבן פאַרשוויגן, טאַרן נישט פאַרשוויַיגן זייער עָבָר אויב זיי ווילן בויען אַ צוקונפט אין זייער לעבן. “אַַ שיין מיידעלע” איז אַ היַינטציַיטיקע פּיעסע. פאַרן דוֹר נאָכן חוּרבן איז נישטאָ קיַין געשעעניש אין דער געשיכטע וואָס האָט איבערגעלאָזט אַזאַ טיפן רוֹשֶם ווי די שוֹאָה. די סִימָנים זעען זיך אָן אומעטום. “אַ שיין מיידעלע” שטעלט דעם טראַף אויף די פּערזענלעכע כּוֹחֶות און שַיֶיכקיַיטן פון די געשטאַלטן אין דער צעבראָכענער מִשפָּחֶה. ס’איז אַ פּרוּוו מתַקן צו זיַין עפּעס אין דער וועלט.
פון: באַרבאַראַ לעוואָב, איבערגעזעצט פון ענגליש: יוֹסל בירשטיין, רעזשי: האַואַרד ריפּ, דעקאָראַציע און קאָסטיומען: בענאָ פרידל, מוזיק: וויעטשעסלאַוו גנעלין
פּערזאָנען: אַנאַט אַצמאָן, שמואל אַצמאָן-ווירצער/ יאַנקעלע אַלפּערין, לאָראַ סאַהאַר, אברהם האַרוויץ/יאַשאַ גילינסקי, יהודית יאַנייַ, מענאָראַ זאַהאַב.
צווישן ביידע אַקטן: אַ הַפסָקֶה פון צען מינוט