אַלע זענען מיר באַגייסטערט פון די דאָזיקע לידער וואָס מיר הערן אין פאַרלויף פון אונדזער לעבן, אין אונדזער וועג.מ’זאָגט אָפט אַז די לידער באַגלייטן אונדזער לעבן אין פארשידענע מאָמענטן. זיי דערמאנָען אונדז ווער מיר זענען, וואָס זענען מיר, מיר דערמאָנען זיך אין א געוויסע זאַך ווען מיר הערן א געוויסן ליד. אֶפשֵר האָבן ניט די לידער דעם כּוחַ צו ענדערן די ווירקלעכקיַיט אָבער זיי קענען אונדז אַוועקפירן אין אַנדערע מקומֶות, דערמעגלעכן אונדז צו חָלֶומען, דורך די ווערטער , פארמאַכן די אויגן, צוהערן זיך צו די ווערטער, און טראַכטן אזַ מיר געפינען זיך אין אן אַנדערן אָרט – אין אונדזער קינדהיַיט מיט די עלטערן, אָדער אין אונדזער יוגנט , די ערשטע ליבע, אין א שפאַציר אָדער אין דער מלחָמֶה. די לידער קערן אונדז אום און דערוועקן אין אונדז נאָסטאַלגישע געפילן און געדאַנקען וועגן אונדזער פאַרגאַנגענהייַט.אין דעם ספעקטאַקל, אזוי ווי אין אַ לאנגער ריַיזע, האָבן מיר צונויפגעקליבן קלאַסישע לידערוואָס באגלייטן אונדז דאָס גאנצע לעבן, סיַי אויף יידיש און אויך אויף העברעיש. מיר, אזוי ווי די טראָוואַטארן וועלכע מיר טרעפן אויפן וועג און פאַרשאַפן אונדז פאַרגעניגן, אויפן וועג דרינגען אריַין די לידער און די ניגונים אין אונדזער נשָמֶה און אין אונדזערע הערצער און לאָזן אונדז איבער אַן אייביקער שטעמפעלע, אַזוי אויך אין אַ פָשֶוטן אופן, ווי ניט ווילנדיק ווי אַ ווונדער אויפן וועג…שריפט, רעדאַקציע און רעזשי: ניוו שאַפיר און יהאָנאַטאַן ראָזעןאינטערפּרעטאַציע: אַנאַט אַצמאָן און יהאָנאַטאַן ראָזען, ניוו שאַפירבאַגלייט פון אַן איבערזעצונג אויף העברעיש און אויף רוסיש.פאר אנפארמאציע און באשטעלונגען קלינגט אן: 03-5254660