צוויי עלטערע מענטשן, אַ ייד און אַן אַפראָ-אַמעריקאַנער טרעפן זיך יעדן טאָג אויף אַ באַנק אין ניו-יאָרקער סענטראַל-פּאַרק און אַ אייגנאַרטיקע פאַרבינדונג שאַפט זיך צווישן זיי. אַ געמיש פון סימפּאַטיע, דיסקוסיעס און קריגעריַי. צוויי מענטשן וועלכע דערגרייכן אַ געוויסער עלטער און פּלוצלונג דערוועקט זיך בייַ זיי דאָס געפיל אַז זיי געהערן נישט צו קיין זאַך ניט. זיי ווילן בלייַבן לעבן אויף דער וועלט, וואָס געהערט כלומערשט צו דער “יונגוואַרג” און זוכן נאָך הייַנט די הַנָאֶה אין אַ געזעלשאֶפט וועלכע קוקט אויף זיי ווי אויף באַשעפענישן פון אַ מוזעום.
פון: הערב גאַרדנער, רעזשי: מיכאַ לעווינסאָן, יידישע איבערזעצונג: שמואל אַצמאָן-ווירצער, יאַנקעלע אַלפּערין, מוזיקאַלישע שאַפוננג: עלדאַד לידאָר, דעקאָראַציע שאַפונג: אַבי סעכווי, קליידונג שאַפונג: פּיני משה, באַלייַכטונג שאַפונג: כאַני וואַרדי, יידיש אונטערריכטונג פאַר שוישפּילער: העניאַ אַצמאָן. ס’באַטייליקן זיך: יאַנקעלע אַלפּערין, שרה גילאָן, קאָבי האַגאָעל, ישראל טרײַסטמאַן, גאַדי יאַגיל, לאָראַ סאַהאַר, יאָסי סאָקאָלסקי.