מוזיקאלישע דראמע לויטן בארימטן ראמאן פון שלום עליכםפיעסע: יהושע סאָבאָל און איה קאפלאן רעזשי: איה קאפלאןמיט: דאָראָן טאַבאָרי/אַנדריי קאַשקער, יעקב באָדאָ, אַנאַט אַצמאָן, יהונתן ראָזען, היליט דיַיטש-שאַני
“דער מענטש איז אַ שטערן און זיַין נאַטור איז בלאָנדזשען …”
אַ קאָלירפולע דראַמע מיט אַ ברייטער ספּעקטרום וועגן דער געשיכטע פונעם יידיש טעאַטער וועלכער איז אויסגעוואַקסן פון די וואַנדערנדע אַנסאַמבלען פון ענדע 19טן יאָרהונדערט און געשריבן לויטן הומאָריסטישן און שאַרפן סטיל פון שָלום עַליכֶם, פון די גרעסטע יידישע שרייַבער פון די לעצטע דוּרֶות. ס’ווערט געשילדערט די ליבע פון לייבל, דעם גבירס זון און רייזל, די טאָכטער פונעם אָרעמן חַזן , וואָס אַנטלויפן צוזאַמען פון זייער שטעטל, כּדֵי זיך פאַרבינדן מיט אַ וואַנדערער שוישפּילער אַנסאַמבל. זיי ווערן צעשיידט איינע פון דער צווייטער אין דער נאכו פון זייער אַנטלויפן און זייער גוֹרל איז וואָנדערן איבער דער וועלט באַזונדער און שטרעבן אָן אויפהער זיך צו פארייניקן אויפס’ניַי. אין דער פאָרשטעלונג ווערן צוגעפּאַסט לידער פון דער שענסטער יידישער טעאַטראַלישער טראַדיציע ווי : הַבֶן יָקיר לי, ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, אַז דער רֶבי זינגט און אַנדערע …איבערזעצונג: יהושע סאָבאָל, באַוועגונג: אַמיט זאַמיר, דעקאָראַציע און קליידונג: יהודית אַהראָן, מוזיקא: דאָרי פאַרנאַס, באַליַיכטונג דיזיַין: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר. מיט דער באַטייליקונג פון: ישרָאל טרייסטמאַן, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, מירי ראַגענדאָרפער, יווואַל ראַפּאַפּאָרט, ניוו שאַפיר
באַגלייט פון אַן איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש
פון יאַנואַר 2016 אין “צוותא” תל אביב און אין די קולטור פֹאַלאַצן (היכלי התרבות) פונעם גאַנצן לאַנד פאַר אינפאָרמאַציע און באַשטעלונגען : 03-5254660 פאַרשפרייטונג 1