גוט יום-טוב ייִדיש !

אֶ רייַכער פאַרווייַלונג ספּעקטאַקל וואָס דריקט אויס 50 יאָר יידיש שאַפונג אין אֶרֶץ-ישראל
צוויי יונגע שוישפּילערס פירן אונדז צו אַ צוציענדיקע רייַזע, צו אמאָליקע שיינע צייַטן פונעם אָנהויב פון דער מדינֶה. מיר בלעטערן אין די בלעטער פון דער געשיכטע דורך פראַגמענטן פון באַרימטע פּיעסעס וואָס זענען פאָרגעשטעלט געוואָרן אויף די יידיש בינעס אין ישרָאל, פונעם רייכַן רעפּערטואַר פון אַסַך באַרימטע שעפערס, ווי: מאָריס שוואַרץ, יאָסעף בולאָף, דזשיגאַן און שומאַכער, בען-ציאָן וויטלער, הענרי געראָ, מאַקס פּערעלמאַן, די שוועסטער באַרי, מאָלי פּיקאָן און אַנדערע. אין דער דאָזיקער רייַזע אַנטדעקט זיך פאַר אונדז די פאַרביקע שיינהייַט פון דער יידיש קולטור און פון דער יידיש טעאַטער- מיט הומאָר, מיט געזאַנג, מיט אַ קלאַנג און מיט אַ טאַנץ. צוויי שָעָה פון נאָסטאַלגיע, געלעכטער און פאַרווייַלונג. בעֵת די 50 יעריקע ענטוזיאַסטישע פייַערונגען מוזן מיר זיך אָפּשטעלן אַ ווייַלע און קוקן אויף צוריק. ס’איז ווערט יעדע רֶגע!
רעזשי: שמואל אַצמאָן-ווירצער, רעדאַגירונג: יאַנקעלע אַלפערין און מיכאַעל גרינשטיין, מוזיקאַלישע לייטונג: אוזי עסנער, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר. ס’ באַטייליקן זיך: יאַנקעלע אַלפערין, יעקב באָדאָ, עטעל קאָבינסקאַ, אַנאַבעלאַ, אַנאַט אַצמאָן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, קאַראָל מאַרקאָביץ, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ איראלאָוואַ, יאָנאַטאורי קאָוואַלסקי, וואַדים קאָטלעראָב, שייַ קאַמינסקי, אַנדריי קאַשקער, שמואל אַצמאָן-ווירצער.