געבירטיג

מוזיקאַלישע פּיעסע לויט מרדכי געבירטיגס לידערפון: יהושע סאָבאָלוועלוול און בערל (באָדאָ און קאַשקאַר) און דער אַנסאַמבל פון יידישפּיל טעאַטער פירן אונדז אַריבער צו אַ מאַגישע רייַזע אין אַ תקופֶה פאַר דער שואָה, צו דער טיפער, רייַכער און פאַרביקער קולטור פון אייראָפּעישן יידנטום וואָס איז אינגאַנצן אָפּגעמעקט געוואָרן אין דער צווייטער וועלט מלחָמֶה.די פּיעסע איז געשריבן געוואָרן לויט לידער פונעם גרעסטן יידישן טראָוואַדאָר- מרדכי געבירטיג. עטלעכע פון זייַנע לידער- וועלכע זענען געווען א סענסאַציע אין צענטראַל אייראָפּע- זענען גוט באַקאַנט און ווערן געזונגען ביז הייַנטיקן טאָג.פאַרפעלט נישט, אַ טעאַטראַלישע איבערלעבונג- קומט און געניסט פון דער פאָרשטעלונג אין וועלכער דאָס יידישע האַרץ קלאַפּט פון עמאָציע.פון: יהושע סאָבאָל, רעזשי: יצחק שאולי, מוזיקאַלישע אָנפירונג און איבעראַרבעטונגען: אַבי ביניאַמין, באַוועגונג: מאַרינאַ בלאַטוב, דעקאַראַציע שאַפונג און קליידונג: יאָסי בען-אַרי, באַלייכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
ס’באַטייליקן זיך: אַנאַבעלאַ, דאָרי ענגעל, יעקב באָדאָ, אָפער גאָלאַן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, אַמיטײַ קעדאַר,אַנדריי קאַשקער, מירי ראַגענדאָרפער, יהונתן ראָזען, ניוו שאַפירדי פאָרשטעלונג דויערט: צוויי שָעה מיט אַ פּויזע.  מיר באַדאַנקען דעם “בנק הַפועַלים” פאַר זיַיןַ בייַטראָג פאַר דער פאָרשטעלונג אין יאָר 2015