דאָס געזאַנג פון חב”ד (כאַבאַד)

איר קענט קױפֿן די בילעטן דורכן עלעקטראָנישן זײַטל פֿון “eventim” אַ וווּנדערלעכע רייַזע מיט ניגוּנים, דערציילוּנגען און טענץ צום האַרץ פון חב”ד (כאַבאַד)די באַוועגונג פון חַבַ”ד אַנטהאַלט אין זיך אַרום 200 שטורמישע יאָרן- ברענענדיקע, עַקשָנוֶתדיקע און פריילעכע. פון איר גרינדער, דער אַלטער אדמו”ר און חָכֶם ביזן לעצטן ליובאָוויטשער אדמו”ר, וועלכער האָט צוגעצויגן דעם דמיוֶן פון צענדליקער טויזנטער מיט זייַן כאַריזמאַטישער פּערזענלעכקייַט, פירט זיך די דאָזיקע באַוועגונג מיט סטאַבילע קאָדן וואָס צוזאַמען באוועגן דעם פעסטן גייַסטיקן מאָטאָר. די רוסישע נשָמֶה,דאָס שטאַרקע גלויבן, דער חסידישער צוזאַמענקום, דאָס ניגונים בוך, דאָס מַשקֶה גלעזל, די געטרייַשאַפט צום רֶבן, די יידישע פרייד, די טיפע געדאֶנקען, דער רעוואָלוציאַנערער אינסטינקט,די זעלבסט זיכערקייַט, די משיחישע טענדענץ און דער אימפּולס צו ווירקן – די אַלע געפינען זיך אין די וווּנדערלעכע רייַזע, וועלכע העלדן זענען טויזנטער חסידים און זיבן כאַריזמאַטישע מַנהיגים. די אַלע ווערן באַגלייט מיט געטרייַשאַפט מיט אַ חַבַדישער ניגון, וואָס איז פאַרפאַסט געוואָרן דורך אַדמו”רן און קאָמפּאָזיטאָרן פון זייער הויף און וואָס שעפּט פון דער רוסישער טראַדיציע און פון די סלאַווישע ריטמען. שריפט: אבי קאָרען און קאָבי אַריעלי, רעזשי: יצחק שאולי, מוזיקאלישע אָנפירונג און באַאַרבעטונגען: אַריעל קעשעט, כאָרעאָגראַפיע: צאַכי פּאַטיש, דעקאָראַציע דיזייַן: אַווי שכווי, קליידונג דיזייַן: אַנאַט מעסנער, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, פּראָדוקציע: נאכום בייַטעל. מיט דער באַטייליקונג פון: דאני שטעג, קאָבי אַריעלי, אָפער גאָלאַן, אַמיר הילעל, אַמנאָן פישער, אַנדריי קאַשקער, יהונתן ראָזען/דאָרי ענגעל און דער חַזן ישראָל ראַנד מיט דער באַטייליקונג פונעם קלאַרינעטיסט כאַנאַן באַר סעלאַ באַגלייט פון דער אָרקעסטערדי פאַרשטעלונג איז אויף יידיש און העברעיש. (סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש) אינפאָרמאַציע און באַשטעלונגען: 03-5254660 (שלוחה 1)

https://www.youtube.com/watch?v=