דזשיגאַן און שומאַכער

אַ נייַע פּיעסע פון ב. מיכאעל און אֶפרַים סידאָן
אַ קאָמעדיע מיט דער אויספירונג פון יעקב באָדאָ און דאָבעלע גליקמאַן”דזיגאַן און שומאַכער קנאַקן שוין ווידער” איז נאָך אַ האָמעדזש פאַר די צוויי ריזן פונעם יידישן הומאָר, וועלכע נאָך צענדליקע יאָרן זענען נאָך אַלץ געבליבן קאָמיש און קנאַקעדיק ווידער, אַזוי ווי דענצמאָל- און אַפילו מער. ב. מיכאַעל און אֶפרַים סידאָן האָבן גענומען די געשמאַקע סצענעס, זיי באַנייַט אין אַן אַקטועלן אוֹפן און אַריבערגענומען דזשיגאַן און שומאַכער צו אונדזערע צוויי טויזנטע יאָרן.
ווייַזט אויס אַז ס’איז ביידע לאַנגווייַליק דאָרט אין גַן-עֵדן. ניטאָ קיין “יֵצֶר-הָרֶע”, ניטאָ קיין וויצן, קיין קאָרטן, אַלץ איז ערנסט, צַדֵיקֶות און תהילים. דערצו בעטן זיי ביים אויבערשטן אַ קורצע וואַקאַציע. אַ שַבֶתדיקן יאָר צוריק צו דער וועלט. דער אויבערשטער טוט זיי צוליב, נאָר צו פאַרזיכערן זיך שיקט ער נאך זיי אַ מַלאַך, זי זאָל גלייַך איבערגעבן פונעם אָרט און זאָל אויפזעען אַז ביידע זאָלן ניט אָפטאָן נאַרישקייטן, ווי זייער שטייגער. רעזשי און אויספירונג אויף דער בינע: שמואל אַצמאָן-ווירצער, מוזיק: מישאַ בלעכעראָוויטש, קליידונג דיזייַן: דאַליט אינבאַר, דעקאָראַציע: מאָשיק יאָסיפאָף, באַלייַכטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, כאָרעאָגראַפיע: מאָריאַ זאַרכיאַ, טעקסט איבערזעצונג אויף יידיש: לייַלא האָלצמאַן, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
מיט דער באַטייליקונג: אַנאַט אַצמאָן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, סמאַדאַר בן-דוד, כען באַר, היליט דיַיטש-שאַני, אַמיטײַ קעדאַר, מירי ראַגענדאָרפער, יהונתן ראָזען, יווואַל ראַפּאַפּאָרט, ניוו שאַפיר.
באַגלייט מיט אַן איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש
פון 10.10 אָן אין גאַנצן לאַנד אינפֿאָרמאַציע און באַשטעלונגען: 03-5254660 ליניעס 1,2