די פּיעסע “די הילצערנע שיסל” פון מחַבר עדמאָנד מאָריס, איז אַ טראַגי-קאָמישע דראַמע, געשריבן געוואָרן אין פאָריקן יאָרהונדערט אין די פאַרייניקטע שטאַטן און איז פאָרגעשטעלט געוואָרן אויף די בעסטע בינעס אין לאָנדאָן און אין בראָדוויי.
די גרעסטע יידישע אַקטיאָרן האָבן אויסגעפילט די פילפאַרביקע און רירנדיקע ראָלע פון לעאָן ראָבינזאָן -פון יוסף בולאָף ביז שמעון פינקעל אין זיין לעבנס-ראָלע אין הבימה טעאַטער. די “הילצערנע שיסל” איז היַינט צוטאָג נאָך מער אַקטועל ווי עס איז געווען אַמאָל. און ספּעציעל דאָ, אין דער יונגער מדינה וואָס איז עלטער געוואָרן און ענדליך פאַרשטאַנען אַז די מענטשן בליַיבן נישט תָמיד יונג. די פּיעסע שילדערט אַ בילד פון אַ יידיש-אַמעריקאַנער משפָחֶה און די קאָמפּליצירטע באַציונגען צווישן אַ פאָטער און זייַנע זין און זייַן שנור און צווישן זיידן און זייַן ליב אייניקל. אַלע זענען גערעכט אין דער פּיעסע, און אויף אַלעמען שוועבט די אויסערגעוויינטלעכע און לעבעדיקע פּערזענלעכקייַט פונעם זיידן. לעאָן ראָבינזאָן, אַן אָפּטימיסטיש און זודיקער אַלטיטשקער, מיט אַ שאַרפן לָשון און אַ ברייטער פאַרשטענדעניש, נאָך פול מיט לעבן און שִמחֶה, מוז וווינען ביי זייַן יינגסטן זון און זייַן מִשפָּחֶה, צום באַדויערן פון זייַן שנור, וועלכע דערגייט אים די יאָרן און וויל אים אַריבערפירן אין אַ עלטערן-היים. אין איינע פון די קריטיקן וועגן דער פּיעסע איז באַטאָנט געוואָרן אַז “די הילצערנע שיסל” וועט אָנרירן בייַם האַרצן יעדע איינציקע מִשפָּחֶה צוליב דעם הומאָר, די טרערן, די צאַרטקייַט און וואַרעמקייַט וואָס די פּיעסע אַנטהאַלט. צום אָפּמערקן 50 יאָר פון אַ ברייטער טעטיקייַט אויף דער ישראל און יידיש בינע, פירט אויס יעקב באָדאָ אַ ראָלע ווי גלייַך צוגעפּאַסט צו אים פון: עדמאָנד מאָריס, בינע ווערסיע און רעזשי: יצחָק שאַולי, איבערזעצונג און יידיש רעדאַגירונג: יאַנקעלע אַלפּערין און שמואל אַצמאָן-ווירצער, מוזיק: עלדאַד לידאַר, דעקאָראַציע דיזייַן: אַווי שכווי, קליידונג דיזייַן: סוועטלאַנאַ בערגער, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, רעזשיסאָר אַסיסטענטין און סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר. ס’נעמען אָנטייל: יאַנקעלע אַלפּערין, ראָניט אָשערי, יעקב באָדאָ, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ יאַרלאָוואַ, קאַראָל מאַרקאָוויטש, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, געראַ סאַנדלער, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער.
די פאָרשטעלונג דויערט אַרום צוויי שעה מיט אַ פערטל צוזאַמען מיט דער פּויזע.