אַ פאַרווייַלונג קאָמעדיע פון אפרים קישון
אַ קאָמעדיע וואָס שיקט אירע סאַטירישע פייַלן צו דער הייראַטס אינסטיטוציע וואָס האַלט בייַם פאַלן אין דעם גענויעם מאָמענט אין וועלכער זייַן גרונט, דאָס הייסט די כתובה, ווערט פאַרפאַלן אין איינע פון די שופלאָדן. די העלדן פון דער פּיעסע זענען אֶלימֶלך דער אינסטאַלאַטאָר און זייַן פרוי שִפרֶה, פון אַ קיבוץ, וואָס ווערן געווויר נאָך 25 יאָר פון אַ גליקלעכן צוזאַמענלעבן אַז זיי האָבן אֶפשֶר אינגאַנצן ניט חַתֶונה געהאַט. דער אֶמֶתר קָרבן פון דער דאָזיקער אַנטדעקונג איז זייער טאָכטער, אַיילַה, וועלכע שטרעבט חַתֶונֶה צו האָבן מיט ראָבערט’ן, אַן אַקאַדעמישער אָפּשטאָמיק פון אַ מיוחֶסדיקער מִשפָּחֶה פון רַבָנים. נאָר אויך די עלטערן אַליין קומען צו צו אַ טיפער מִשפָּחֶה קריזיס וואָס פירט זיי צו אַ גֵט. אַ יונגער פעלד אַרבעטער פון אלימֶלֶכ’ס קיבוץ און אַ גוטהאַרציקע שכֵנֶה, פלעכטן זיך אַרייַן אין פאַרשידענע געשעענישן וואָס קערן איבער די סיטואַציע בייַם יונגן פאָרל, אָבער קערן אום אֶלימֶלך ברזובסקי צו זייַן ” עפנטלעכע געליבטע”.
מחַברפון דער פּיעסע: אפרים קישאָן, רעזשיסאָר און איבערזעצער: שמואל אַצמאָן-ווירצער, דעקאָראַציע צוגרייטונג און קליידונג: אַנאַט מעסנער.
עס נעמען אָנטייל: יאַנקעלע אַלפּערין, עטעל קאָבינסקאַ, שלומית טריגער-האַגאָעל, גאולה נוני, ישראל טרײַסטמאַן, יאָָסי סאָקאָלסקי.