די לעצטע ליבע(2005)

וועגן א ייד וועלכער איז ניצול געוואָרן פון דער שואה (אַצמאָן), וואוינט אין ניו-יאָרק און האֶט שוין ניט פארוואָס צו לעבן. זיין העלפער (באָדאָ), באמיט זיך מיט אלע כוחות אָפּצוהיטן דעם אָפּטימיזם ביים צינישן און מידן מענטש. און פלוצלונג, אין א אומגעריכטן אופן, באווייזט זיך אין זיין לעבן א פרוי (אַנאַבעלאַ), א נייע שכנה אינעם זעלביקן בנין, און נאָר זי קען ביי אים בייטן זיין שטימונג. די פערזענלעכע באציונגען צווישן ביידע דערוועקן אין אים אויפסניי דאָס ווילן ווייטער צו לעבן. אָבער ניט אלעס איז אזוי ווי מיר ווילן.
אין דער פאָרשטעלונג זענען דאָ אינטערעסאנטע דראמאטישע און אינטימע מאָמענטן וועלכע אנטוויקלען זיך ביסלעכווייז ווי אויך ניט ווייניק קאָמישע און איידעלע סצענעס.
פון: ואלרי מוכרייאמוב, לויט: יצחק באשעוויס זינגערס, דערציילונג. מאָסקווער גאסט רעזשיסער:א. שפירא, איבערזעצונג אין יידיש: בוריס סנדלר, דעקאָראציע צוגרייטונג: אלכסנדר ליסיאנסקי, באלייכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, קליידונג: סבטלנה ברגר.
מיט דער אָנטייל פון: שמואל אַצמאָן-ווירצער, יעקב באָדאָ, אַנאַבעלאַ, לאָראַ סאַהאַר.
די פאָרשטעלונג דויערט: 2 שעה מיט א פּויזע.