די מכשפה/ המכשפה די מכשפהדי באליבסטע קלאסיק פון אברהם גאלדפאדעןא באנייטע און מאדערנע באארבעטונג פון דער פיעסע פון אברהם גאלדפאדען אונטער דער רעזשי פון אלכסנדר האוזפטר (רעזשיסאר פון דער פארשטעלונג “צוויי קונילעמעל”). די פארשטעלונג נעמט אריין פארשידענע סטילן און זשאנערן , קאמעדיע, מוסיק, טאנץ און באוועגונג, פארשידענע געשאפענע עפעקטן, ווידעא און קינא. דער יידישער הומאר באווייזט זיך און בארירט אונדזער היינטיקן עולם , א מאדערנער צוגאנגג צו די אלטע מאגישע און ווונדערלעכע מעשייה.די איינוווינער פון יידישן מאגישן שטעטל האבן צו טאן מיט דער כוונה פון א גרופע מכשפות ,וואס פרוווט אפשאפן די אינערלעכע וועלט פון די איינוווינער פון שטעטל וועלכע זוכן זייער אידענטיטעט. די פארשטעלונג האנדלט וועגן דער נויטווענדיקייט פון חלומות און פון פאנטאזיעס אין דער אביעקטיווער ווירקלעכקייט. מירעלע, וואס באמיט זיך צו באפרייען איר פאטער וועלכער איז ארעסטירט געווארן אומשולדיקערהייט שטעלט זיך קעגן איר שטיף-מאמע די מרשעת, און קעגן דער ווירקונג פון דער מכשפה אויף איר . ס’האנדלט זיך וועגן א ווונדערלעכער לעגענדע וואס שילדערט דעם פראצעס פון מירעלעס רייפונג, און איר לעבנס קאמף מיטן שלעכטס צום גוטן.באארבעטונג רעזשי: אלכסנדר האוזפטר, אריגינעלע מוזיק ,באארבעטונגען און מוזיקאלע לייטונג : ארען סעלא, קליידער דיזיין : דאליא פען- העלער, דעקאראציע דיזיין: מאשיק יאסיפאב, כארעאגראפיע: מיטל (טולה) דאמארי, וידעא אנדריאנה לובינה, באלייכטונג דיזיין : מישא טשערניאבסקי, סימולטאנישע איבערזעצונג : לארא סאהאר, מיט דער באטייליקונג פון : טאל אבישר, סאפיר באומוואל, גיל וייס, ישראל טרייסטמאן, אירמא סטעפאנtב, דותן עמרני, אנדרי קאשקאר, ארז רעגעב, מירי רעגנדארפער, יעל ראכקינד, ניוו שאפיר.באגלייט מיט אן איבערזעצונג אויף העברעיש און אויף רוסיש