פראַגמענטן פון שלום עליכם געלייענט און געשפּילט , לכָבוד זיַין 150 טן געבוירן טאָג.
שלום עליכמס ווערק “די קליינע מענטשעלעך” וואָס ווערט געשפּילט איצט אויף יידיש אין יידישפּיל טעאטער (דורך שמואל עצמון-וירצר, יעקב בודו און ישראל טרייסטמן ), איז זוכֶה צו אַ נייער ווערסיע און וועט אויסגעפירט ווערן אינעם גאֶנצן לאַנד, אויף רוסיש!
אין יאָר 1959 , ווען אליהו גולדענבערג ז”ל האָט געבראַכט די אידייע צו באַאַרבעטן אויסגעקליבענע פראֶגמענטן פון די פילצאָליקע ווערק פונעם גרויסן יידישן הומאָריסט, שלום עליכם, און זיי פאֶרשטעלן אין אַ צניעותדיקן ספּעקטאַקל מיטן נאָמען “די קליינע מענטשעלעך” (“האנשים הקטנים”), האָט ער זיך קיינמאָל ניט פאָרגעשטעלט אז נאָך 50 יאָר וועט די פּיעסע דערגרייכן אויפסניי אויפצולעבן אין פאַרלויף פון די יאַרן און דערצו נאָך דערוועקן אַ עניין און אזאַ ענטוזיאַזם ביַים פּובליקום. פון אַ לעזונג-אָוונט , אָן דעקאָראַציע און קליידונג, איז אויסגעוואַקסן און אויפגעטראָטן איינע פון די דערפאָלגריַיכסטע פאָרשטעלונגען אין ישראל טעאַטער. אין איר דריטן גלגול, מיט די דריַי שמוליקן (רודנסקי, סגל און עצמון) איז די פּיעסע פאָרגעשטעלט געוואָרן הונדערטער מאָל און אויסגעפירט געוואָרן מיט גרויס דערפאָלג אין דער גאָרער וועלט. אין אַ קריטיק אַרטיקל וואָס איז פובליקירט געוואָרן אין “ניו-יאָרק פּאָסט” (23.3.81) איז געשריבן אונטערן טיטל “אַ נס אויף דער גאַס 43 ” : “דריַי אויסגעצייכנטע שוישפּילערס פון ישראל ברענגען שלום עליכמען אויף יידיש אַזוי ווי מ’האָט קיינמאָל פריער ניט געזען אויף דער בינע. אַלע דריַי נוצן אויס זייער אייגנאַרטיקע פּערזענלעכקַיַיט מיט אַזאַ קראַפט וואַס מ’קען נאָר זען ביי די גרעסטע וועלט אקטיאָרן”. אין צענטער פון דער פאָרשטעלונג שטייען דאָס שטעטל קאַסרילעווקע און זיינע איינוווינער, די מערסטע טייל פון זיי אָרעמעלייט, קבצָנים, און פונדעסטוועגן זייער אָרעמקייט שטערט זיי ניט פריילעך צו זיין און ווייַזן זייער חנעוודיקע פּערזענלעכקייַט . טֶביה דער מילכיקער, זיין ווייַב גאָלדע, און מנחם מענדל, שטעלן פאָר די קאסרילעווקע יידן מיטן אויסערגעוויינלעכן און ספּעציעלן הומאָר פון שלום עליכם, וועלכער קומט צום אויסדרוק ביז היינטיקן טאָג.
די פאָרשטעלונג ווערט אויסגעפירט מיט דער שטיצונג פון משרד לקליטת עלייה ( נייע עולים אַבסאָרבירונגס מיניסטעריום), פון משרד התרבות והספורט (קולטור און ספּאָרט מיניסטעריום), און מיט דער הילף פונעם מרכז לקליטת אמנים (צענטער פאַר אבסאָרבירונג פון קינסטלער) און בית שלום עליכם.
טעקסט באַאַרבעטונג פאַר דער בינע: אליהו גאָלדענבערג, צוגרייטונג און רעזשי אויפסנייַ: שמואל אַצמאן-ווירצער, לויט דער אָריגינעלער רעזשי פון אליהו גאָלדענבערג און שמואל בונים, מוזיקאַלישע אָנפירונג : מישאַ בלעכעראָוויטש, דעקאָראַציע צוגרייטונג: רוטי טורנער, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
מיטן אָנטייל פון: וויטאַלי נאָוויק, דימאַ ראָס, וולאַדימיר כאַלעמסקי.
די פאָרשטעלונג דויערט אָרום אַ שעה מיט אַ האַלב, אָן אַ פּויזע.