אַגמענטן פון שלום עליכם לכָבוד זיַין 150 טן געבוירן טאָג, געלייענט און געשפּילט.
די פאָרשטעלונג עפנט זיך מיט דער שילדערונג פונעם שטעטל קאסרילעווקע – אירע גאַסן און די זומפּן אין מיטן שטעטל, וועלכע לויט שלום עליכם זענען זיי דאָס שענסטע . די מערהיַיט מענטשן פון שטעטל זענען אָרעמעליַיט, קבצָנים, די גאַנצע וואָך אַרבעטן זיי שווער און ביטער, שפאָרן אָפּ דאָס ביסן פון מויל בכדי זיי זאָלן קענען אַרויפלייגן אויפן טיש פיש אויף שבת. און אויב נישט אֶמֶתע פיש, זאָל כאָטש זיין אַ שטיקל הערינג. און אויב דאָס אויך נישט, וועלן זיי זיך באַנוגענען מיט אָ שטיקל ברויט און אַ רעטעכל. אָבער די קאסרילעווקער זענען קבצָנים וואָס פאַלן נישט אראָפּ אין זייער מוט נאָר פריילעכע קבצָנים. און וויַיטער טרעפן מיר דריַי פון די באַרימסטע שלום עליכמס געשטאַלטן: טֶביֶה דער מילכיקער, זיין ווייב גאָלדע, און מנחם מענדל. טֶביֶה טרעפט מנחם מענדלען און פאַרבעט אים צו קומען אין זיַין דאָרף ער זאָל זיך אָפּרוען און אויסגליַיכן זיינע ביינער. ווען ער איז אין דאָרף, רעדט אָּן מנחם מענדל טֶביֶה’ן ער זאָל אריַין אַלס שותף צו זיַינע געשעפטן. בערזע-געשעפטן, אַקציעס א.א.וו. – בליענדיקע לופט-געשעפטן, און זאָגט אים צו אַז ער וועט ווערן פון דעם וואָס הייסט ריַיך! טֶביֶה לייגט אַוועק אין די הענט פון מנחם מענדלען דאָס ביסל געלט וואָס ער האָט קוים אָפּגעשפּאָרט און זעט שוין אין זיַין דמיון ווי ער ווערט ריַיך אַזוי ווי ראָטשילד. נאָר גליַיך ווי אלע אַנדערע געשעפטן, איז אויך פון דער דאָזיקער צום סוף געוואָרן גאָרניט און דאָס געלט איז פאַרשווונדן. אָבער נישט נאָר צוליבן געלט וואָס איז פאַרלוירן געגאַנגען וויינט טֶביֶה, נאָר אויך צוליב דעם חלום וואָס איז פאַרגאַנגען. א חלום צו ווערן אַ גביר, כאָטש אויף אַ קורצע ציַיט, און לויט זיַינע אייגענע ווערטער: ” אפילו אויף אַ מינוט”. און אַזוי אַרום, טראָץ זייער דַלֶות, זענען די מענטשן פונעם שטעטל פול מיט בטָחון. זיי גלויבן און האָפן אַז ס’וועט זיַין גוט. די גאַנצע פאָרשטעלונג איז באַזירט אויף שלום עליכמ’ס באַקאַנטן שפּריכוואָרט: “לאַכן איז געזונט – דאָקטוירים הייסן לאַכן”
טעקסט באַאַרבעט פאַר דער בינע דורך: אליהו גאָלדענבערג, צוגרייטונג און רעזשי אויפסניַי : שמואל אַצמאן-ווירצער, לויט דער אָריגינעלער רעזשי פון אליהו גאָלדענבערג און שמואל בונים, מוזיקאלישער אָנפירונג: מישאַ בלעכעראָוויטש, דעקאָראַציע צוגרייטונג : רוטי טורנער. באַלייכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי. סימולטאנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
מיטן אָנטייל פון: יעקב באָדאָ, שמואל אַצמאָן-ווירצער, ישראל טרײַסטמאַן.
די פאָרשטעלונג דויערט אַ שעה מיט אַ האלב, אָן אָ פּויזע.