נייַע מוזיקאַלישע פּיעסע, לויט מענדעלע מוכֵר ספָרים, דורגעפירט דורך די שוישפּילערס שַשֵי קֶשֶת און יעקב בודו, מיטן אָנטייל פון דער גאַנצער ייִדישפּיל אַנסאַמבל און אַנדערע שוישפּילערס. סַך הַכּל 21 אַקטיאָרן, טענצערס און מוזיק שפּילערס.
“די רייַזעס פון בניָמין דער דריטער”, אַ מין ייֵדישע ווערסיע צו די רייַזעס פון דאָן קישאָט און סאַנטשאָ פּאַנסאַ, האָט געשריבן מענדעלע מוכֵר ספָרים אויף ייִדיש און איבערגעזעצט אויף העברעיש, די באַאַרבעטונג אויף ייִדיש און די לידער צו דער נייַיער מוזיקאַלישער פּיעסע זענען פון יענקעלע אַלפּערין, שוישפּילער פון ייִדישפּיל , איבערזעצער און באַאַרבעטער פון פּיעסעס (אַלפּערין האָט באַקומען דעם טעאַטער פרייַז פאַרן צווייטן אַקטיאָר אין ניל סיימאָנ’ס אַזוי גערופענע “קאָמעדיע פון יאָר” מיטן נאָמען “די גאָלדענע יאַטן”, מיט וועלכע דער ייִדישפּיל איז אויפגעטראָטן אין יאָר 2001, און באַקומען דעם פּרייַז פאַרן לעבנס אונטערנעמונג אין טעאַטער, א.נ. פון מאיר מַרגלית).
אין זייַן שאַפונג “די רייַזעס פון בניָמין דער דריטער” שיקט מענדעלע מוכר ספָרים בניָמינען (ששי קֶשֶת) דער פארַרחָלומטער און ביכער ליבהאָבער, און סענדערל (יעקב בודו) דעם נעבעך, פאַרוואָרצלט אין דער ווירקלעכקייַט, אויסזוכן די צען פאַרלוירענע שבָטים און אָנקומען קיין אֶרֶץ ישרָאל. די צוויי תמֳימֶותדיקע ייִדן און פול מיט גוטע כַּווָנֶות, מאַכן אַדורך אין וועג קאָמישע אַוואַנטורעס און שווערע איבערלעבונגען און טרעפן זיך מיט טיפּן וואָס מענדעלע מוכר ספָרים באַשרייַבט און קריטיקירט אויך. צווישן זיי, די בַטלָנים וועלכע זייערע פרויען זענען די פַּרנָסֶה געבערינס, די נאַראָנים וואָס גלויבן אין יעדער זאך, ד די ייִדישע און גוישע גנָבים און די אָפּנאַרערס, די שנאָרערס, די עַסקָנים וואָס האָבן ליב צו שוויצן און דער פּשוטער ייד, דער אָרעמאַן, וואָס האַלט זיך צו בייַ די פּסוקים פון דער תורֶה, אין לעגענדעס און אין מָשיח’ס געדאַנקען. און וווּ וועלן באֶמֶת אָנקומען בניָמין און סענדערל אין סוף פון זייער רייַזע? דאָס איז ניט שווער צו טרעפן.
ס’איז כּדאַי צו דערמאנען אַז אין דעם באַרימטן ייִדיש טעאַטער פון מיכאלס אין מאָסקווע האָבן אויסגעפירט די ראָלע פון די צוויי העלדן בנימין זוסקין אלס סענדערל און מיכאלס אַלס בניָמין דער דריטער. זייער פאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וועג שטיין אינעם אָריגינעלן ייִדיש טעאַטער.
באַארבעטונג און רעזשי : יואל זילברג,קאָמפּאָזיציע און מוזיקאַלישע אָנפירונג: דוד קריבושי, באַאַרבעטונג אויף ייִדיש און לידער: יאַנקעלע אַלפּערין, דעקאָראַציע צוגרייטונג: ניצן רפאלי, קליידער צוגרייטונג: סבטלנה ברגר, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישה צ’רניאבסקי, כאָרעאָגראַפיע: גלעד קמחי, רעזשיסאָר העלפערין: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אָנטייל: סאַסי קעשעט, יעקב באָדאָ, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, אַנאַבעלאַ, קרול מרקוביץ, ישראל טרײַסטמאַן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אַנדריי קאַשקער, געראַ סאַנדלער, אורי קאָוואַלסקי, מירי ראַגענדאָרפער, אַמיטײַ קעדאַר, ראָניט אָשערי, מאיה סמירנוב, מריון רוס, ניוו שאַפיר, יאָני איילאַט.