די רייַזעס פון בנימין דער דריטער

פּיעסע, לויט מענדעלע מוכֵר ספָרים
“די רייַזעס פון בניָמין דער דריטער”, אַ מין ייֵדישע ווערסיע צו די רייַזעס פון דאָן קישאָט און סאַנטשאָ פּאַנסאַ, האָט געשריבן מענדעלע מוכֵר ספָרים אויף ייִדיש און איבערגעזעצט אויף העברעיש.
אין זייַן שאַפונג “די רייַזעס פון בניָמין דער דריטער” שיקט מענדעלע מוכר ספָרים בניָמינען דער פארַרחָלומטער און ביכער ליבהאָבער, און סענדערל דעם נעבעך, פאַרוואָרצלט אין דער ווירקלעכקייַט, אויסזוכן די צען פאַרלוירענע שבָטים און אָנקומען קיין אֶרֶץ ישרָאל. די צוויי תמֳימֶותדיקע ייִדן און פול מיט גוטע כַּווָנֶות, מאַכן אַדורך אין וועג קאָמישע אַוואַנטורעס און שווערע איבערלעבונגען און טרעפן זיך מיט טיפּן וואָס מענדעלע מוכר ספָרים באַשרייַבט און קריטיקירט אויך. צווישן זיי, די בַטלָנים וועלכע זייערע פרויען זענען די פַּרנָסֶה געבערינס, די נאַראָנים וואָס גלויבן אין יעדער זאך, ד די ייִדישע און גוישע גנָבים און די אָפּנאַרערס, די שנאָרערס, די עַסקָנים וואָס האָבן ליב צו שוויצן און דער פּשוטער ייד, דער אָרעמאַן, וואָס האַלט זיך צו בייַ די פּסוקים פון דער תורֶה, אין לעגענדעס און אין מָשיח’ס געדאַנקען. און וווּ וועלן באֶמֶת אָנקומען בניָמין און סענדערל אין סוף פון זייער רייַזע? דאָס איז ניט שווער צו טרעפן.
ס’איז כּדאַי צו דערמאנען אַז אין דעם באַרימטן ייִדיש טעאַטער פון מיכאלס אין מאָסקווע האָבן אויסגעפירט די ראָלע פון די צוויי העלדן בנימין זוסקין אלס סענדערל און מיכאלס אַלס בניָמין דער דריטער. זייער פאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וועג שטיין אינעם אָריגינעלן ייִדיש טעאַטער.
מענדעלע מויכער ספאָרים, יאָראַם פּאַלק, דאַניעלאַ מיכאַעלי, יאָסי בן-ארי, מישאַ טשערניאַווסקי,
טרייסי אבראַמאָוויטש, יאַנקעלע אַלפּערין, אַנאַבעלאַ, יעקב באָדאָ, בעבע בערקאָביטש, מיכאַעל גרינשטיין, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ איראלאָוואַ, לאָראַ סאַהאַר, יאָָסי סאָקאָלסקי.