פּיעסע פון: אָסיפ דימאָוו ס’טרעטן אויף: סאַסי קעשעט, יעקב באָדאָ און מאָניקאַ וואַרדימאָןדאָס איז די געשיכטע פון יאָעל דָוד, אַ חַזן פון אַ קליינער שול אין פּוילן, וואָס פאַרוואַנדלט זיך אין אַ אפּערע און אָפּערעטן סטאַר. זייַן ווערן באַקאַנט, זייַן דערפאָלג און די גלענצנדע נייַע וועלט, דערפירן אים לאַנגע יאָרן, צום פאַרלוסט פון זייַן יידישער אידענטיטעט. די פּיעסע שילדערט זייַנע צווייפלען און זייַנע געראַנגלען וואָס קומען פאָר אין דעם געביט, צוליב די דראַסטישע ענדערונגען אין זייַן לעבן. אין דער פולפאַרביקער און פּרעסטיזשפולער פּראָדוקציע פון יידישפיל טעאַטער, גייען אַרייַן חַזָנישע פראַגמענטן, אָפּערע און אָפּערעטן וועלכע ווערן באַגלייט פון אַ לעבעדיקער אַרקעסטער און טענצערס. דאָס, צוזאַמען מיט די הויפּט שעפערס און דער אנסאמבל פון אויסערגעוויינטלעכע שוישפילערס, זענען פאראנטוואָרטלעך פאר דער רירנדיקער קינסטלערישער איבערלעבונג וואָס דערוואַרט אייַך.
בינע ווערסיע און רעזשי: יאָעל זילבערג, מוזיק: דָוד קריבאָשיי, מוזיקאַלישע אָנווייַזונג: לענאַ קאָפּילאָוויטש, דעקאָראַציע דיזייַין: אַווי שאַכוי, קליידונג דיזייַין: סוועטלאַנאַ בערגער, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, באַוועגונג: יעקב טאַמאַרי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
ס’נעמען אָנטייל: אַנאַבעלאַ, יעקב באָדאָ, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ יאַרלאָוואַ, לואיס מינעסאַס, קאַראָל מאַרקאָוויטש, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער און סאַסי קעשעט.