האָטעל אַמעריקאַנאַ

ווען יעקב באָדאָ און גאַדי יאַגיל קומען אָן אין האָטעל אויף וואַקאַציעס הייבט זיך ערשט אָן די קאָמעדיע  ס’פלעגן באַזוכן דעם האָטעל “אַמעריקאַנאַ” ניט געהייַרעטע מיידלעך און בָחורים. אין איינע פון די ענדע וואָכן איז אָנגעקומען אָ סימפּאַטיש פאָרל: זעליג דער שנייַדער (באָדאָ) און זייַן פרייַנט שימשאָן, אַ סוחֵר פון געניצטע אויטאָמאָבילן (ׁיאַגיל). כּדֵי צו העלפן זייַן חַבֵר צו געפינען אַ פּאָרל, פאַרשפּרייט שימשאָן אָ שמוּעֶה אַז זעליג איז אַ מיליאָנער פון מיאַמי -פלאָרידאַ. טעאָדאָראַ (אַנאַבעלאַ)ׂ- די אָנפירערין מיט די געזעלשאַפט עִניָינים אין האָטעל, נוצט אויס די געלעגנהייַט און מאַכט אַ שידֶוך צווישן מיליאָנער און מַלכֶּה (מאָניקאַ)- די שיינע צימער רייניקערינע וועלכע אַרבעט אין דער קעניגלעכער סוויטע אין 12טן שטאָק. מיט דער דערמוטיקונג פון די געסט אין האָטעל איז דער שידֶוך געלונגען, די ליבע בליט און דאָס פאַרליבטע פּאָרל גיט אויס דאָס גאַנצע אָפּשפאָרן זיערס איינע אויף דער אַנדערער. זיי בלייַבן אָן גאָרניט און פאַרשטייען אַז ס’בלייַבט זיי ניט קיין זאַך אויסער זיי ביידע.
פּיעסע, רעזשי, דעקאָראַציע דיזייַן און קליידונג: מאָטי אַווערבוך, איבערזעצונג אויף יידיש: יוסֶף באַרעל, מוזיק: עלדאַד לידאָר, כאָרעאָגראַפיע: איריס לענאַ, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר.
ס’באַטייליקן זיך: יעקב באָדאָ, גאַדי יאַגיל, אַנאַבעלאַ, מאָניקאַ וואַרדימאָן, שמואל הילמאָן, יאַעל טאַמאַרין, צביקאַ כאַלילי, יהודית מאָסקאָוויטש, מעיר זאַאַרור, מאַשאַ בעלקינאַ, קאָבי באַר, פּאָלאַ מאַגער.