פיעסע פון משה גערשענזאָן
ווער פון אונדז האָט ניט געהערט אָדער געלייענט וועגן דעם דאָזיקן פריילעכן ייִד, וועגן דעם פאָלק לֵץ, דעם שטיפערישן כיטרע, שטיק מאכער און קונדֵס באווייַזער. ווער קען ניט הערשעלען- אַן אֶמֶתע מיטאָלאָגישע געשטאַלט פאַרוואַנדלט אין אַ העלד אין דער יידישער קולטור און הומאָר? הערשעלע אַסטראָפּאָליערס פאַרביקע פיגור איז פאַראייביקט געוואָרן אין משה גערשענזאָנס באַרימטער פּיעסע, וועלכע איז פאָרגעשטעלט געוואָרן מיט פאַרשידענע באַאַרבעטונגען אין אַלע ייִדישע קונסט טעאַטערס אין דער וועלט, אזוי ווי: אין שלמה מיכואלס טעאַטער, אידאַ קאַמינסקאַס, מאָריס שוואַרץ און אויך אין חיפה טעאַטער אין העברעיש. די פּיעסע איז דורכגעפירט געוואָרן אין איר אָריגינעלער ווערסיע אין די קונסט טעאַטערס אין אייראָפּע ביזן טויט פונעם מחַבֵר אין דער צווייטער וועלט מִלחָמֶה. פון דאַן אָן, מער ווי פופציק יאָר, זענען פאַרלוירן געגאַנגען די שפּורן פון דער פיעסע און שמואל עצמון-וירצר, גענעראַל דירעקטאָר פון ייִדישפּיל טעאַטער האָט געחָלומט אויפטרעטן מיט איר שוין לאַנגע יאָרן. מיט די אָנגעקומענע מאַסן עמיגראַציע פון ראַטן פאַרבאַנד, האָט זיך צוגעשטעלט בייַם יידיש טעאַטער משה גערשענזאָנס טאָכטער, ראומה, און אין איר האַנט די פּיעסע. דער חָלום האָט זיך דאַן פאַרוואַנדלט אין אַ ווירקלעכקייַט. דער אַרגומענט פון דער פּיעסע איז פול מיט איבערקערענישן אין וועלכע הערשעלע דער לֵץ, טוט אָפּ זייַנס אַ שטיקל דעם גביר, רב קלמן, וואָס באָרגט געלט מיט פּראָצענט, כּדֵי דערמעגלעכן די צוויי יונגע פאַרליבטע פאָרלעך, צו דערגרייכן זייער ציל און חַתונֶה האָבן. דאָס איז אַ מוזיקאַלישע פאָלקס פאָרשטעלונג וווּ מען דערפילט דעם געשמאַק פונעם שטעטל, די חוכמות און הומאָר אויסדרוקן, די קלאַנגען פון יידישע לידער און געזאַנגען.
רעזשי: מיכאַעל לוריאַ, דעקאָראַציע: אלעקסאַנדער ליסיאַנסקי, דעקאָראַציע צוגרייטונג און קליידונג: סערגיי בערעזין, באַלייַכטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, באַוועגונג: מאַרינאַ בעלטאָוו, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אָנטייל: יעקב באָדאָ, יאַנקעלע אַלפּערין, קאַראָל מאַרקאָביץ, העלענאַ איראלאָוואַ, אַנדריי קאַשקער, אַנאַבעלאַ, אורי קאָוואַלסקי, ישראל טרײַסטמאַן, יאָָסי סאָקאָלסקי, יאָנאַט מאַטאַן, שייַ קאַמינסקי.