הערשעלע-אָסטראָפּאָליער(2012)

מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג
נאָך אַ רעשיקן דערפֿאָלג אין ניו־יאָרק, הײַנט – אין ישּׂראל אין די הױפּטראָלעס – דער גאַסטאַקטיאָר מײַק בורשטײן מיט יעקב באָדאָ
די פּיעסע באַזירט זיך אױף אַ היסטאָרישער פּערזענלעכקײט פֿון אַ חסידישן בדחן, װעלכער האָט געלעבט אין אוקראַיִנע, אין װאָלין, אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם 18־טן יאָרהונדערט. הערשעלע איז געװען אַ פֿרײלעכער ייִד, אַ פֿאָלקס־חכמאַטש, אַ װיצן־טרײַבער און אַ שפּיצלעך־מאַכער, װעלכע איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ מיטאָלאָגישער געשטאַלט פֿונעם ייִדישן הומאָר בפֿרט און קולטור בכלל.צום ערשטן מאָל איז די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג װעגן הערשעלע אָסטראָפּאָליער אױפֿגעפֿירט געװאָרן אין ניו־יאָרק, אינעם ייִדישן נאַציאָנאַלן טעאַטער – פֿאָלקסבינעאינסצענירונג, כאָרעאָגראַפֿיע און רעזשי: עלינאָר ראַיסאַמוזיק, אָראַנזשירונג און די קופּלעטן: חנה מלאָטעק, זלמן מלאָטעק און עלינאָר ראַיסאַלױט דער פּיעסע פֿון משה גערשענזאָן, אַדאָפּטירט פֿון יוסף און ציפּורה גליקסאָןמוזיקאַלישער לײטער מישאַ בלעכעראָוויטש, דעקאָראַציעס: ראָדזשער האַנאַ, קאָסטיומען: נועה באַרטפֿעלד, בינע־באַלױכטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר אָנטײלנעמער: מײַק בורשטיין, יעקב באָדאָ, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, מירי ראַגענדאָרפער, יהונתן ראָזען, אַנדריי קאַשקער, אָפער גאָלאַן, אַמיטײַ קעדאַר די פֿאָרשטעלונג װערט באַגלײט מיט אַ סימולטאַנער איבערזעצונג אױף העברעיִש און רוסיש קלינגט איצט: 1-800-444-660 (דאָס קלינגען אין ישּׂראל איז בחינם)