וועלט פּרעמיערע
מוזיקאַלישע טראַגיקאָמעדיע, וואָס האַנדלט מיט אידענטיטעטן, מיט פאַראורטיילן, און אַנטיסעמיטיזם אין די 30סטע יאָרן אין דיַיטשלאַנד. אַ קאַבאַרעט – מוזיקאַלישער טעאַטער אונטער דער רעזשי פון גאַסט רעזשיסער פון פוילן, יאַן שורמיי.די פּיעסע “ווער איז ווער” איז אַ באַאַרבעטונג פון סמי גרונימן’ס פּיעסע “יעקב און קריסטיאַן”, מחַבר פון דעם ישראל דערפאָָלגרייַכן מיוזיקאַל פון אַלע צייַטן “שלמה המלך ושלומי הסנדלר”.אין יאָר 1944 איז דורכגעפירט געוואָרן אין טעאַטער “המַטַאטֵא” די פאָרשטעלונג “יעקב און קריסטיאַן” , מיט דער איבערזעצונג פון אביגדור המאירי און אונטער דער רעזשי פון ריכַרד זונהיים. דאָס איז אַ קאָמעדיע פון טָעויותן וואָס שילדערט אַ רייַע געשעענישן וועלכע שטאַמען פון אַ קריסטלעכע ניאַניע וואָס באַמיט זיך צו ראַטעווען איר זון פון אָרעמקייַט און געבן אים אַ בעסערן לעבן. זי באַשליסט צו פארבייַטן אים מיט אַן אַנדערן נייַ געבוירענעם קינד וועלכערס יידישע מאַמע איז געשטאָרבן, און זי גיט אים צו זייגן. דאָס יידיש קינד וואַקסט אויס און הייבט אָן צו זייַן טעטיק אין דער נאַצישער פּאַרטיי… אָבער ס’איז ניט זיכער…אויב ס’האַנדלט זיך טאַקע וועגן יידישן קינד וואָס האָט זיך פאַרוואַנדלט אין אַ נאַצי אָדער אֶפשֶר האָט מען אים נאָכאַמאָל פאַרביטן. אָפשֶר נאָך עמעצער איז געווען פאַרמישט אין דער מַעשֶה? אין קורצן, אַ רייַע פון אויסגעביטענע אידענטיטעטן און ס’איז אוממעגלעך צו וויסן ווער איז ווער.די פּיעסע איז געשריבן געוואָרן ספּעציעל פאַרן יידישפּיל טעאַטער דורך יאַן שורמיי (אַקטיאָר און רעזשיסער פון פּוילן) וועלכער האָט אויך רעזשיסירט די פאָרשטעלונג אין אַ מאָדערנע מוזיקאַלישע ווערסיע וואָס האָט צו טאָן נאָר טיילווייַז מיטן מָקור. די פּיעסע איז געווירצט מיט אייגנארַרטיקע קאַבאַרעט פראַגמענטן , לויט יענע צייַטן אין דייטשלאַנד, וואָס שפּילן אַ סימבאָלישע ראָלע אין דער פאָרשטעלונג.אין דער דאָזיקער פאָרשטעלונג גייען אַרייַן לידער פון מצ’יי וויטישקו , איינער פון די גרעסטע רעזשיסאָרן און שריַיבער פון פּוילן, און מוזיק קלאנגען פונעם באַרימטן פּוילישן קאָמפּאָזיטאָר אַדריאַן פיליפּ טבצקי.דער מוזיקאַלישער קאַבאַרעט סטיל נעמט אַרום די אַקטועלע אינהאַלטן: צוגאַנג פון דער סביבֶה צו ייִדן, ראַסיזם און אינטאָלעראַנץ. קיין זאַך זעט ניט אויס ווי אין דער ווירקלעכקייַט.
באַאַרבעט, רעזשיסירט און כאָריאָגראַפיע: יאַן שורמיי. מחבר פון די לידער: מצ’יי וויטישקו. מעלאָדיע: אַדריאַן פיליפּ טבצקי. דעקאָראציע צוגרייטונג און קליידונג: סבינה ביץ’, מוזיקאַלישע אָנפירונג: מישאַ בלעכעראָוויטש, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לורה סהר
ס’נעמען אָנטייל: יאַנקעלע אַלפּערין, אַנאַבעלאַ,דאָרי ענגעל, סמאַדאַר בן-דוד, שאַראָן ווענצאָבסקי, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, איינאַט סעגאַל-קאָהען, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, געראַ סאַנדלער, אַנאַט אַצמאָן,אַמיטײַ קעדאַר, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער, הילאַ ראַביב-צור, הילאַ ראַביב-צור,יווואַל ראַפּאַפּאָרט, יווואַל ראַפּאַפּאָרט.
די פאָרשטעלונג דויערט אַרום אַ שָעה מיט 50 מינוט, אָן אַ פּויזע.