אַ סאַטירישע קאָמעדיע פונעם ישראל פרייַז לאורעאַט עפראים קישאָן די ערשטע סאַטירישע פּיעסע פון עפראַים קישאָן. געשפּילט געוואָרן אין טעאַטער “הַבימַה” אין יאָר 1953 , פיר יאָר אַליין נאָך זיין אָנקומען קיין ישראל, ניט קענענדיק אַ וואָרט העברעיש. דער רעזשיסאָר פון דער פּיעסע איז געווען אין זיין צייט ניט מער און ניט ווייניקער ווי ישראל בעקער און צווישן די שוישפּילערס זענען געווען די ריזן פון דעם ישראל טעאַטער, וועלכע זענען שוין מער ניט מיט אונדז: יהושע באַרטאָנאָוו, שמוליק סעגאַל, שמואל ראָדענסקי. לאַנג לעבו זאָלן: אַדאַ טאַל, שלוימע באַר-שאַוויט און מישאַ אשעראָוו. אין פאַרלויף פון די יאָרן האָט דערגרייכט די פּיעסע צענדליקע פּראָדוקציעס אין דער גאַנצער וועלט. צווישן זיי אין יאָר 1965 , די פון “זווית” אַוואַנגאַרדישן טעאַטער און שמואל אַצמאָן-ווירצער, וועלכער איז געווען איינער פון זייַנע גרינדער, איז אויך געווען דער רעזשיסאָר. דעם 17טן אַפּריל 2003 איז זי געשפּילט געוואָרן צום ערשטן מאָל דורכן יידישפּיל טעאַטער- אויף יידיש.וועגן דער פּיעסע:צבי, דער העלד פון דער פּיעסע, איז אַ נייַער עולֶה, וועלכער קומט אָן אין לאַנד פול מיט אידעאַלן. די לייַכטזיניקייַט פון זייַנע קרובים און אַ טָעֶות אין זייַנע רעקאָמענדאַציע בריוו, דערהייבן אים קעגן זיין ווילן צו אַן אָפטיילונג דירעקטאר אַמט. צבי, “דער מצליחדיקער”- געשפּילט דורך דעם אַקטיאָר אַנדריי קאַשקער – אַ נייער עולֶה פון רוסלאַנד, האָט אַ דורכפאַל אין זייַן אַבסורדישער ראָלע, פאַרווונדערט און צעשפאָלטן צוליב אַ רייַע צונויפשטויסונגען מיט דער ביוראָקראַטיע, פול מיט פרעטענציעס און אָנשטעלן, ווי ” היט אָפ פאַר מיר און איך וועל פאַר אייַך אָפהיטן” און מיט גאַרניט טאָן וואָס פייַערט מיט אייביקע גלעזער טיי. אין צבי’ס באַשערטן דורכפאַל שטעלט פאַר אונדז קישאָן אַ שאַרף און אַדורכנעמענדיקער שפּיגל פון אֶלע חֶסרונֶות וואָס ער אליין האָט אנטדעקט אין דעם אָנפירונג סיסטעם און אין דער ישראל געזעלשאפט. די דאָזיקע וואָס אין מֶשֶך פון פופציק יאָר האָבן זיך וואָס אַ מאָל פאַרערגערט. און די הענט פון די הערשערס און דורכפירערס זענען נאָך אַלץ אויסגעשטרעקט צו צערייסן און צעטרעטן דעם מענטשן- מיט אַן אויטאָריטעט, אָן אַ בושֶה.די געשטאַלטן פון דער פּיעסע זענען פאַר אונדז גוט באַקאַנט נאָך הייַנט צו טאָג. ניט איינמאָל רופן זיי אַרויס בייַ אונדז אַ געלעכטער, צוליב די סיטואַציעס אין וועלכע זיי געפינען זיך. אָבער, באַזונדערס פון דעם קאָמישן און פאַרווייַלונג אספּעקט, איז אוממעגלעך ניט צו פאַרבינדן זיך מיט אַ זאַץ וואָס קישאָן האָט געשריבן אין זייַן צייַט: ” ס’קען דאָך ניט זייַן אַז די זאַכן זאָלן זיך אַזוי פאַרענדיקן… אָבער דאָס איז אֶפשֶר געווענדעט אין אונדז אַלעמען – אין יעדן איינעם פון אונדז”. מִן הַסתַם האָט ער זיך ניט פאָרגעשטעלט אַז זייַנע ווערטער וועלו זייַן אַזוי וויכטיק אויך הייַנט.
פון: עפראַים קישאָן, איבערזעצונג אויף יידיש: ישראל בעקער, רעדאַקטירונג און רעזשי: שמואל אַצמאָן-ווירצער, דעקאָראַציע דיזייַן: ניצאַן רעפאַעלי, מוזיקאֶלישע באַפוצונג: עלדאַד לידאָר, באַלייַכטונג דיזייַן: מישא טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר. ס’נעמען אָנטייל: יאַנקעלע אַלפּערין, אַנאַבעלאַ, יעקב באָדאָ, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ יאַרלאָוואַ, לואיס מינעסאַס, געראַ סאַנדלער, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער.