פון: שלום עליכםדער יידישפיל טעאַטער איז שטאָלץ צו ברענגען פאַר אייַך די אָריגינעלע ווערסיע מיט דער זעלביקער שפראַך וועלכע שָלום עַליכם האָט געשריבן “טֶביֶה דער מילכיקער”. זייַן ווערק איז געווען אַ קוואַל פון אומשעפלעכע אינספּיראַציע פאַר הונדערטע מוזיקאַלישע פּיעסעס, פילמען א.א.וו., נאָר ווייניק פון זיי האָבן געהאַנדלט מיט דער פּיעסע נעטאָ, אַזוי ווי מיר טוען דאָס. טאָמער האָט איר געמיינט אַז אַלץ איז שוין פאַרפאַסט געוואָרן אין מוזיק און געשפּילט און געזאָגט געוואָרן וועגן “טֶביה דער מילכיקער”, וועט די דאָזיקע פראָדוקציע אַנטדעקן פאַר אייַך נייע און אינטערעסאַנטע געביטן פון דער שאַפונג וואָס איז באֶמֶת אַן אייביקע. אירע אינהאַלטן, אין מֶשֶך פון מער ווי הונדערט יאָר, רעדן נאָך אַלץ צו אונדז און באַגייַסטערן דעם פאַרשידענעם עולֶם אין אַלע עקן וועלט. ס’וואַרט פאַר אייַך אויך אַ קולטורעלע, רייַכע און באַרייכערדיקע איבערלעבונג.
רעזשי: יאָן לוציאַן, טעקסט רעדאַגירונג: יאָן לוציאַן און שמואל אַצמאָן ווירצער, דעקאָראַציע און קליידונג דיזייַן: בענאָ פרידעל, מוזיק: אַריע לעוואַנאָן, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
די ראָלע פון טֶביֶה דער מילכיקער ווערט אויפגעפירט דורך שמואל אַצמאָן-ווירצער וועלכער מערקט אָפּ אַן אויפטרעטונג פון 50 יאָר אויף דער ישרָאל און יידיש טעאַטער בינע. צוזאַמען מיט אים נעמען אָנטייל אין דער פאָרשטעלונג: טרייסי אווראַמאָוויטש, אַנאַבעלאַ, ישראל טרײַסטמאַן, גאַדי יאַגיל, העלענאַ יאַרלאָבאַ, אַריק קאַץ, לואיס מינעסאַס, קאַראָל מאַרקאָוויטש, געראַ סאַנדלער, אַנאַט אַצמאָן, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, קאָנסטאַנטין סלאַפוכין, אורי קאָוואַלסקי און אַנדריי קאַשקער. אין דער ראָלע פון די קינדער: אָר געראַ, שיר ראַדומי, דאַנאַ בען דאָר.