וועלטלעכע פּרעמיערע אַ סאַטירישע זיס-ביטערע קאָמעדיע, מיט אַ מאָדערנער באַאַרבעטונג און אין דער יידישער שפּראַך, פון דער ענגלישער פּיעסע געשריבן דורך מאָנטאַגיו גלאַס אין ניו-יאָרק, אין די 30-סטע יאָרן פון דעם 20-סטן יאָרהונדערט. די פּיעסע איז באַאַרבעט געוואָרן ספּעציעל פאַרן יידישפיל טעאַטער דורך יאַנקעלע אַלפּערין און שמואל אַצמאָן-ווירצער, און ווערט געשפּילט אַלס אַ וועלטלעכע פּרעמיערע אין ישראל, עפענענדיק אַזוי דעם נייַעם טעאַטער סעזאָן. אין דער פאָרשטעלונג, וואָס קומט פאָר אין אַ דערפאָלגרייַכער מאָדע-הויז, טרעטן אויף יעקב באָדאָ און גאַדי יאַגיל, דאָס אומבאַזיגטע פּאָרל פונעם איצטיקן יידיש טעאַטער. דער גאַסט-רעזשיסאָר איז יאָן לוטשיאַן, דער רעזשיסאָר פון דער קאָמעדיע “די גאָלדענע יאַטן”, וואָס האָט געווונען דעם פּרייַז אַלס “די יאָר- קאָמעדיע” -געשפּילט דורך דעם יידישפיל טעאַטער לויט ניל סיימאָן (2002) . לוטשיאַן האָט אויך רעזשיסירט אַ יאָר שפּעטער די דערפאָלגרייַכע פאָרשטעלונג “טביה דער מילכיקער” געשפילט דורך שמואל אַצמאָן.
אין דער נייַער פאָרשטעלונג קומט פאָר אַ מאָדע- פּאַראַדע מיט פראָפעסיאָנעלע מאָדעלקעס. אַלע אַקטיאָרן פונעם יידישפיל טעאַטער, אַרייַנגערעכנט צוויי פונעם יונגן אַנסאַמבל, נעמען אָנטייל אין דער דאָזיקער פאָרשטעלונג. די טעמעס פון דער קאָמעדיע ” יידישע געשעפטן.com ” , וואָס אירע העלדן זענען זשייקאָב (יאַנקעלע) פאַטאש און מעני (מענדל) פערלמוטער, זענען שטענדיק אַקטועל: באַציונגען צווישן געשעפטן און געפילן, דער סוד פון דער הַצלָחֶה פון געשעפט-שותפים וועלכע זענען אויך האַרץ און נשָמֶה חַבֵרים, דאָס קענטיק און דאָס פאַרבאָרגן אין דער משפָּחֶה, דער כּוחַ פון דער ראָמאַנטישער ליבע און די וויכטיקייַט פונעם געלעכטער און פונעם אייגענעם הומאָר אינעם עקזיסטענץ פון מענטשן און קהילֶות.
די געשיכטעפאַטאש און פּערלמוטער זענען צוויי פאַרלירערס, זייער געשעפט פון שמאַטעס גייט אונטער און קוים ווי ס’גייט. אַ יונגע געדונגענע מאָדע דיזייַנערין (מאָניקאַ וואַרדימאָן), ווייַזט זיך אַרויס ווי איינע וואָס האָט אויך אַ קאָפּ צו די געשעפטן. זי באַווייַזט צו מאַכן ווונדער אינעם געשעפט, וואָס ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ מאָדע אימפּעריע. ס’זענען אויך פאַראַן פּאָליטישע דרייענישן פאַרבונדן מיט אַן אַרבעטער אין געשעפט, אַ רוסישער פּאַליט, וועלכער צוליב אַ טָעות איז כּמעַט אַוועקגעשיקט געוואָרן אין טורמע. נאָר די פעסטקייַט און די חוצפֶּה פון די באַלעבאַטים וואָס שטעלן זיך אייַן פאַר אים, דערמעגלעכט צו קומען צו אַ גוטן סוף. ראָמאַנטישע זייַטן פעלן אויך ניט בייַ די העלדן, בייַ זייערע אָנגעשטעלטע און קרובים.
דער מחַבר פון דער פּיעסע, מאָנטאַזשיאָ גלאַס, איז געווען אַ זשורנאַליסט, וואָס האָט אַליין פאַרוואַנדלט זייַנע פּאָפּולערע און פאַרביקע אַרטיקלען אין דערפאָלגרייַכע פּיעסעס וואָס זענען געשפּילט געוואָרן לאַנגע יאָרן אין ניו-יאָרק און אין אייראָפעישע הויפּטשטעט.די פּיעסע און אירע געשטאַלטן, דַווקֶא אין דער מאָדערנער באַארבעטונג און דַווקֶא אויף יידיש, זענען אַןַ אומשטערבלעכע אָפּשפּיקלונג פונעם געוויינטלעכן יידישן לעבן, אָבער באַרירנדיק דאָס האַרץ, מיט הומאָר און מיט אַ געזונטן סאַרקאַזם, וועלכע דערמעגלעכן אַ בעסערע שטעלונג קעגן די שוועריקייַטן פונעם לעבן. יוסֵף בולאָף, דער באַרימטער יידישער אַקטיאָר, האָט באַאַרבעט אין זייַן צייַט אין די פאַרייניקטע שטאַטן די פּיעסע אויף יידיש, נאָר בלויז פאַר איין שוישפּילער, ער אַליין. אין ישראל איז די פאָרשטעלונג געשפּילט געוואָרן אויף העברעיש מיט שמואל ראָדענסקי און משֶה כאָרגאל ( וועלכער מיט דער צייַט איז געוואָרן גאַדי יאַגיל’ס שווער) אין טעאַטער “הַמַטַאטֶא”-1946. לויט: מאָנטאַזשיאָ גלאַס, רעזשי: יאָן לוטשיאַן, איבערזעצונג און יידיש רעדאַגירונג פאַר דער בינע: שמואל אַצמאָן-ווירצער און יאַנקעלע אַלפּערין, דעקאָראַציע דיזייַן: סוועטלאַנאַ בערגער, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, בינע אסיסטענטין און סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר. ס’נעמען אָנטייל: יעקב באָדאָ, גאַדי יאַגיל, אַנאַבעלאַ, ראָניט אָשערי, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, העלענאַ יאַרלאָוואַ, קאַראָל מאַרקאָוויטש, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, געראַ סאַנדלער, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער, אַמיטײַ קעדאַר, ניוו שאַפיר. די פאָרשטעלונג דויערט אַרום צוויי שעָה צוזאַמען מיט דער פּויזע.