לאנסקי

מאָנאָדראמע מיט יעקב באָדאָ
דאָס איז מאיר לאנסקיס געשיכטע, וואָס שילדערט דאָס לעבן פון א ייד, איינער פון די אַָנפירערס פון דער מאפיע אין די צוואנציקסטע יאָרן אין ניו-יאָרק. דער ארגומענט פון דער פּיעסע קומט פאָר בעת לאנסקיס באזוך אין ישראל, אין אָנהויב פון די 70-טע יאָרן און קאָנצענטרירט זיך אין זיינע באמיאונגען צו באקומען די ישראל בירגערשאפט דורכן “חוק השבות” (געזעץ פון צוריקקערן זיך) און אזוי ארום ארויסדרייען זיך פון די אמעריקאנער געזעץ אנשטאלטן וועלכע האָבן אים געוואָלט איינזעצן אין תפיסה. מאיר לאנסקי רעכנט זיך שארף אָפּ מיט די ישראל מנהיגים, וואָס לויט זיין טענה, זענען אָט די דאָזיקע, געווען זיינע פאררעטערס.
די מחברים זענען: רישארד קרעוואָלין און יוסף באָלאָניאדי פיעסע איז א דראמאטישע פיקציע אינספירירט אינעם בוך “אָבער ער איז געווען גוט צו זיין מאמען” פון: פרופ’ ראָבערט ראָקעוויירעזשי: יואל זילברג מוזיק: דוד קריבושידעקאָראציע: סרגיי ברזין באלייכטונג: מישה צ’רניאבסקי און אינה מלקין איבערזעצונג אויף יידיש: אבישי פישסימולטאנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר
די פאָרשטעלונג דויערט א שעה מיט א פערטל, אָן א פּויזע.