לידער פון גן עדן

סֵפֶר בֹּרֵאשית באגעגנט  סאַטערדיי ניַיט ליַיוולידער פון גַן עֵדןאַ ייִדישער מיוזיקאל לויט איציק מאַנגערס לידערדי דערפאָלגרייַכע מוזיקאַלישע ייִדישע פּיעסע וועלכע איז געווען אַ שלאַגער אין ניו-יאָרק און אין  אייראָפע קומט אָן סוֹף סוף “אַהיים ” קיין ישרָאל. אין דער ייִדישער רייַכער שפּראַך, באַגעגנט דער תנ”ך  דעם סטיל פון דער אַקטועלער קאָמעדיע סאַטערדיי ניַיט לייַוו און אַלץ קומט פאָר אין דער  דאָזיקער פאַרווייַלערישער מיוזיקאַל. דער סֵפר בּרֵאשית האָט קיינמאָל אַזוי ניט אויסגעזען – אָדם און חַוה נעמען זון אין גַן עֵדן, קַין און הֶבֶל נודניען זייער מאַמען און איינעם דעם אַנדערן ביזן טויט   (פָשוט), אַברָהם, זיין פרוי  און די געליבטע, יעַקב און עֵשיו, יוסף און זיינע חַלומות – אַלע שליסן זיך אָן אין דער פיַיערונג. דער דאָזיקער מיוזיקאַל קען פאַרגלייַכט ווערן צו א יידישן גאָספּעל .פון דער קריטיק אין ניו יאָרק:” ס’איז זיכער היַינט ניטאָ אין די ניו-יאָרקער בינעס עפּעס  פרישער, שארפער , מעלאָדיש, אַקטועל, ווי אויך טראַדיציאָנעל … אַ ריטמישער רעזשי פול מיט הומאָר פון אַבי האָפמאן. די פאָרשטעלונג האָט אַן אַראָמע פון אַ פֹאַראָדיע, דאָס גיט צו אַ טַעַם פון  אַ רעוויו  און אַ סטיל פון אַן אָפֹערעטע. טָא לויפט זשע  און כאַפט מיט ביידע הענט די דאָזיקע פאַרוויַילערישע שאַפונג כָֹל זמַן זי שפֹילט נאָך אַלץ” (NY Times)”דאָס איז געווען אַן ערשטער עטאַפֹ אין דער מוזיקאַלישער פֹיעסע “לידער פון גַן-עֶדן”  אין וועלכער כ’האָב אָנגעהויבן צו שמייכלען, און מיין געלעכטער האָט זיך פארוואַנדלט יעדעס מאָל מער אין א קיַיקלדיקער געלעכטער. דאָס איז אַ גוטע פאַרוויַילונג!” (NY Post)דאָס מאָל האָבן זיי זייער גוט געטראָפן”.די מוזיקאַלישע פֹיעסע  ” לידער פון גַן עֶדן” פאַרכאַפֹט… פון אָנהויב ביזן סוף .דאָס  איז אַ פאָרשטעלונג וואָס שַאפט א קאָנפוזיע…אַמָאל הייבט אָן די בינע אויסצוזען ווי מדינת סטיוו מארטין/טרייסי אולמאַן” (Newsday)שריפט:מרים האָפמאַן און רינאַ בערקאָוויטש-באָרא. רעזשי : אַבי האָפמאן. מוזיק: ראָזאַלי גראט. מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג: דייוויד ספאַר. מוזיקאַלישע לייטונג: אָרען סעלאַ. דעקאָראַציע דיזיין: מאַיאַ פֹעלעג. קליידונג דיזיין : עסטעלאַ וורענקאָוויטש .כאָריאָגראַפיע: אַריעל וואָלף. באַלויכטונג דיזיין: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָרא סאַהאַר.מיט דער באַטייליקונג (לויטן א’-ב’) פון : ראָניט אָשרי, היליט דיַיטש-שאַני, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אירמאַ סטעפאַנאָוו, אַמיטיַי קעדאַר, אַנדריי קאַשקאַר, יהונתן ראָזען, ניוו שאַפירפון אנהויב יוני 2016  אין די קולטור פאלאצן  פונעם גאנצן לאנדבאגלייט פון אן איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש