אַ מַעַשֶה מיט אַ יידישן אָרעמן שנייַדער אין די ערשטע יאָרן פון דער סאָוויעטישער מאַכט אין ראַטן םאַרבאַנד. איין און איינציקער שווערער זיפץ וואָס לאָזט זיך הערן נישט ווילנדיק פון זייַן מויל, ברענגט אויף אים אָן אַ סֶדרֶה אומגליקן און פירט אים אַרויס צו אַ לאַנגן וואַנדעריקן וועג, פול מיט אַבסורדישע אַוואַנטורעס. פון הומל, אַ שטעטל אין דער צאַרישער רוסלאַנד, וואַלגערט ער זיך דורך די גרויסע שטעט פון אייראָפע און צום סוף קומט ער אָן קייַן אֶרֶץ ישראל פון דער צייַט פוןן מאַנדאַט.
לייזערקעס שטורעמדיק לעבן, געשילדערט קינסטלעריש און שארַף, מיט פיל אינספּיראַציע, באַלייַכט דאָס גאַנצע יידישע גורל מיט אַ גראָטעסקער ליכט, און טראָץ דעם מיט אַסַך רַחמָנֶות און טרויער.
דער סאָוויעטישער-יידישער שרייַבער, איליאַ ערנבורג, וואָס זייַן אויפפירונג אין דער צייַט ווען ס’האָט געהערשט סטאַלינס טערראָר האָט דערוועקט קעגן אים אַ שאַרפע קריטיק, דריקט דאָ אויס אַ וואַרעם יידיש געפיל, ווייטיקפול און אויטענטיש, וואָס איז ניט צו געפינען ביים לייענער אין זיינע אַנדערע ביכער.
באַאַרבעטונג און רעזשי: מאַטשייַ וויטישקאָ, יידיש: משֶה סאַכאַר, מוזיק: יעזשי דראַפעל, מוזיקאַלישע לייטונג: יאָסי בען-נון, כאָרעאָגראַפיע: טעדעוש וישניעווסקי, דעקאָראַציע דיזייַן: ציפי איפאַט, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
ס’באַטייליקן זיך (לויט דעם אַלֶף-בֵית): טרייסי אַווראַמאָוויטש, אַנאַבעלאַ, אָפער גאָלאַן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, יאָנאַט מאַטאַן, יאָסי סאָקאָלסקי, אורי קאָוואַלסקי, וואַדים קאָטלעראָוו, שייַ קאַמינסקי.