אַ חֵנעוודיק און פריש מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל מיט די בעסטע לידער, פּאַראָדיעס, סצענעס און מאָנאָלאָגן פונעם יידיש רעפּערטואַרס’נעמען אָנטייל די סטאַרן פון טעאַטער און די שוישפּילערס פון דעם יונגן אַנסאַמבל, מיט פאַרשידענע קינסטלער, באַגלייט פון אַן אָרקעסטער. צווישן אַנדערע, ווערט געוויזן אַ פּאַראָדיע וועגן די פיר פון קלוב טעאַטער, אַ פאַראָדיע וועגן אַ פראָבע פאַר חַזָנים, פראַגמענטן וואָס זענען איבערגעאַרבעט און באַנייַט געוואָרן, פונעם קלאַסישן רעפּערטואַר פון זשיגאַן און שומאַכער, לידער פון די שוועסטער בארי, גַנָבים לידער מיט אַקטועלע אָנצוהערענישן און סצענעס מיטן אָנטייל פון פאָרלעך אַקטיאָרן ווי אַנאַט אַצמאָן און יעקב באָדאָ, יעקב באָדא און אַנאַבעלאַ, ישראל טרייסטמאַן און אַנאַבעלאַ און אַנדערע. די פארשטעלונג איז א יום-טוב און אַן אפמערקונג פאַרן יידישפיל טעאַטער לכָּבֶוד אַ יובל אויף דער בינע פון די צוויי טעאַטער וועטעראַנען: דער אַקטיאָר יַעַקב באָדאָ און יאַנקעלע אַלפּערין -אַקטיאָר, לידער פאַרפאַסער, איבערזעצער, און פּיעסעס און לידער באַאַרבעטער אין יידיש און אויף יידיש. רעזשי און רעדאַגירונג: שמואל אַצמאָן-ווירצער, לידער און פאַרבינדונגס-ווערטער: יאַנקעלע אַלפּערין, מוזיקאַלישע לייטונג: לענאַ קאָפּילעוויטש, בינע דיזייַן און קליידונג: סוועטלאַנאַ בערגער, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, כאָרעאָגראַפיע: גילאַד קימכי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
ס’באַטייליקן זיך: יעקב באָדאָ, יאַנקעלע אַלפּערין, אַנאַט אַצמאָן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אַנאַבעלאַ, ישראל טרײַסטמאַן, געראַ סאַנדלער, אַנדריי קאַשקער, יאָני איילאַט, ראָניט אַשערי, מירי ראַגענדאָרפער, ניוו שאַפיר.