פויגלמאַן

לויטן ראָמאַן פון אהרון מגד אַ פּיעסע וועגן אַ דיכטער, שפּראַך און געשיכטע און וועגן זייער פאַרבינדונג
שמואל פויגלמאַן, אַ ייִדישער פּאָעט אין גָלות, שרייַבט און רעדט ייִדיש, און צבי אַרבֶל, אַ היסטאָריקער אין ישראל, זענען די צענטראַלע געשטאַלטן אין דער דראַמע. מיט דער הילף פון זייַן פרייַנד, דעם היסטאָריקער, פּרוּווט דער ייִדישער פּאָעט געפינען פאַר זיך אַן אָנשפּאַר אין אֶרֶץ ישראל און זיך “אייַנגלידערן” אין דער העברעישער שפּראַך, אין דער וועלט פון זייַן צוקונפטיקן לייענער… בּעֵת זייַן פּרוּוו צו העלפן דעם ייִדישן פּאָעט, ווערט דער ישרָאלדיקער היסטאָריקער “פאַרוואָגלט” אין דער פאַרגאַנגענהייַט , אין ייִדישן שטעטל פון מזרח – אייראָפּע, אין געטאָ, אין שויס פון דער פאַרגייענדיקער ייִדיש-קולטור. ווירקלעכקייַט און האַלוצינאַציע, פילאָסאָפיע און פּאָעזיע, געלעכטער און טרערן, ייִדיש און העברעיש, זענען דורכגעפלאָכטן נאָכאַנאַנד אין גאַנג פון די דראַמאַטיש-קאָמישע געשעענישן. די סימבאָלן וועלכע נעמען אַן אַנטייל אין לעבן פון די געשטאַלטן, האָבן דאָ אַ וויכטיקן באַטייַט. למָשל: דער וואַנדער-פויגל וואָס זוכט אַ נעסט, איז מרַמֵז אויף דער דאָליע פון דעם ייִדישן פּאָעט . סימבאָליש זענען די פּראָפעסיעס פון די הויפּט-העלדן, געשיכטע אַנטקעגן ביאָלאָגיע. די מלאָכֶה פון שרייַבן שירֶה- קעגן אַ לעבן אויף די בינע-ברעטער פון טעאַטער. און זייַן בוך האָט אַרבֵל באַטיטלט מיטן נאָמען “דער גרויסער פאַרראַט”, דערפאַר, מִן הַסתם , ווייַל פאַרראַט איז איינער פון די סימבאָלישע הויפּטמאָטיוון אין דער דראַמע. די פאַרשיידנקייַטן צווישן קולטורן און שפּראַכן ווערן מטוּשטֶש מיט דער אַנטוויקלונג פון דעם סיפּור-הַמעשֶה, און דער מענטש בלייַבט איינער אַליין, מיט זייַנע בענקשאַפטן און חַלומֶות. מיט זייַן עלנט און מיט זייַנע לידער – לידער פון האָפענונג.
אהרון מעגעד, יאָראַם פּאַלק, דאַניעלאַ מיכאַעלי, מיקי בן-כנאאַן,
טרייסי אבראַמאָוויטש, יאַנקעלע אַלפּערין, ישראל טרײַסטמאַן, עפי מאַיר, קאַראָל מאַרקאָביץ, לאָראַ סאַהאַר, נאַפטאַלי קריטשעבסקי,