אַ מוזיקאַלישער חָלֶום לויט אַברהם גאָלדפאַדעןבאַאַרבעטונג און רעזשי: אַלעקסאַנדער האַוזפאַטערמיט יַעקב באָדאָ און דער אַנסאַמבל פון יידישפֹיל שוישפֹילערסאַן איצטיקע מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג פון דער באַקאַנטער דערציילונג פון אַברהם גאָלדפאַדען. די פּיעסע קומט פאָר אין אַ מאַגישער יידיש שטעטל אין וועלכער די איַינוווינער זענען קונילעמל און אַנדערע ליבלעכע געשטאַלטן פון דער דערציילונג וואָס זוכן אידענטיטעט און ליבע. אַן אויסגעטראַכטע ריַיזע וועלכע גייט דורך אַ מאַגישע וועלט אין וועלכער די מענטשן אין איר זענען פול מיט דימיֶון און נייגעריקיַיט, מַמֶש אזוי ווי קינדער. אַ פארביקע און קאָלירפולע פאָרשטעלונג, פול מיט לידער און טענץ. אַן אומדערווארטע באַאַרבעטונג און אַנדערש אין פארגליַיכונג מיט די קלאַסישע פּיעסעס פון גאָלדפאַדען, און שעקספֹירס יידישע פּיעסעס. באַאַרבעטונג פון דער פּיעסע און לידער: משה סאַכאַר, באַאַרבעטונגען און מוזיקאַלישער אָנפיר: אָרען סעלא, קליידער דיזיַין: דאַליאַ פאָן-העלער, דעקאָראַציע דיזיַין: מאָשיק יאָסיפאָוו, כאָרעאָגראַפיע דיזיַין: מייטאַל (טולאַ) דאָמאַרי, ווידעאָ:אַנדריאַנאַ לובינא, דעקאראציע באלייכטונג: מישא צערניאווסקי, סימולטאנישע איבערזעצונג: לורא סאהאר.מיט דער באטייליקונג פון: טרייסי אבראמאוויטש, יעקב באדא, היליט דייטש-שאני, ישראל טרייסטמאן, ראָטעם מעלער, אירמא סטעפאנאוו, דאָטאַן אַמראַני, אמיטיי קעדאר, אנדריי קאשקער, יהונתן ראזען, גילי שאַכאַר, ניוו שאפיר.
אינפאָרמאַציע און באַשטעלונגען: 03-5254660 פאַרלענגערונג : נומער 1