אַ רירנדיקע דראַמע מיט אָרנאַ פאָראַט און ציפּע לינקאָווסקי
זאשקע גרובער, די אלטע מוטער פון לאה און רחל, גייט אוועק פון דער וועלט. לאה, די שוועסטער, א פענסיאָנערין, וועלכע האֶט זיך אָפּגעגעבן מיט דער מוטער ביזן לעצטן טאָג פון איר לעבן, האָט דרינגנדיק גערופן איר שוועסטער פון ארגענטינע. די שוועסטער, רחל, איז א דערפאָלגרייכע שרייבערין אין ארגענטינע, א בארימטע, וועלכע איז רייך געוואָרן פון אירע טעלענאָוועלעס. זי קומט קיין ישראל צו דער לוויה פון דער מוטער און מיט דער כוונה זיך וואָס שנעלער אָפּצוטראָגן אהיים, קיין ארגענטינע. די געצווונגענע באגעגעניש צווישן די צוויי שוועסטער וועלכע האָבן זיך ניט געזען במשך פון לאנגע יאָרן, וועקט אויף שווערע געפילן פון דער פארגאנגענהייט, זכרונות פון דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה און פון דער שואה, און פון די טעג ווען זיי זיינען עולה געווען קיין ישראל. דערינערונגען פון דער באפרייונגס מלחמה און דעם קאמף פאר דער ליבע פון די עלטערן וואָס זענען שוין נישטאָ. ביידע שוועסטער מאכן דעם חשבון פון איינער לגבי דער צווייטער זיי אנטפּלעקן עניינים וועגן וועלכע זיי האָבן נישט געוווסט. בעת די גאנצע צייט שוועבט צווישן זיי דער גייסט פון די עלטערן. מיט הומאָר , מיט א טרער און מיט האָפענונג, קוקן זיי איינער אויף דער אנדערער און זעען דאָס וואָס זיי האָבן קיינמאָל נישט געזען, זיך אליין.
פון: ליטאַל פּאָראַט, איבערגעזעצט אויף יידיש: רבקה באַסמאַן בען-חיים, רעזשי: ראַמי דאַנאָן, מוזיק: עפי שאָשאַני, דעקאָראַציע און קליידונג: פרידאַ קלאַפּהאָלץ- אַברַהַמי, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר. ס’באַטייליקן זיך: אָרנאַ פּאָראַט און ציפּע לינקאָווסקי