צוזאַמען!

דודו פישער און סאַסי קעשעט באַגלייט פון קיבוץ קאַמער- אָרקעסטער פון נאַטאַניע אונטער דער לייטונג פון טאָמער האַדאַדי אין אַן אייגנאַרטיקער מוזיקאַלישער און באַרירנדיקער זומער ספּעקטאַקל!
די צוויי שטערנס וואָס האָבן צוזאַמען געשפּילט אין דעם גרויסן און דערפאָלגרייכסטן וועלט מיוזיקאַל – “די מיזעראַבלע” (‘עלובי החיים’ ) טרעפן זיך ווידער אויף איין בינע. דוּדו פישער – דער לעגענדאַרער זשאַן וואַלזשאַן און סאַסי קעשעט – זשאַבער דער אולטימאַטיווער , אין אַן אויסערגעוויינטלעכן ספּעקטאַקל פון יידישע נשָמֶה לידער, דיכטער לידער און מיוזיקאל-לידער.
קינסטלערישע באַראַטונג: יאָנאַ עליאַן, פאַרבינדונגס פראַגמענטן: דוּדו פישער און סאַסי קעשעט, באליַיכטונג דיזיַין: קאָנסטאַנטין שאַראָנאָוו, אַמפּליפיקאַציע: ריטשאַרד שוואַרץ, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר, אַקטיווער פּראָדוקטאָר: נאַכום ביַיטעל.
א קאָמבינאציע פון יידיש (באַגלייט פון אַן איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש) און העברעיש.
פון 2.8.15 ביז 2.9.15 אין די הֵיכַלֵי הַתַרבות (קולטור פּאַלאַצן) פונעם גאַנצן לאַנדאינפארמאציע און באשטעלונגען טל: 03-5254660 , פארשפרייטונג 1,2
דודו פישער – שוישפּילער, זינגער און חַזן. פישער איז אויפגעטראָטן אין פיל פּראָדוקציעס אין לאַנד און אין אויסלאַנד. זיַין ראָלע אַלס זשאַן וואַלזשאן האָט ער אויסגעפירט סיַי אויף דער בינע פון קאַמערי טעאַטער, ווי אין בראָדוויי אין ניו-יאָרק און אין לאָנדאָן. אויך זיך אויסגעצייכנט אַלס שטערן אין “מוזיק קלאַנגען” (‘צלילי המוזיקה’), “טרעפּן צום הימל” (‘מַדרֵגות לַרַקיעַ’), “די ראָטשילדס” (‘הרוטשילדים”), “דער הויקערדיקער פון נאָטרעדאַם” (‘הַגיבֶן מנוטרֶדאַם’) א.א.וו. פישער האָט געדינט אַלס דער הויפּט חַזן אין דער גרויסער סינאַגאָגע פון תל-אַביב (בית הַכּנֶסֶת הַגָדול בתל אַביב), אין רַמַת -גַן און נאַטאַניע. ביַי היַינטיקן טאָג טרעט אויף דוּדו אין דער גאָרער וועלט אין אַן אייגענעם סאָלאָ-ספּעקטאַקל געשריבן און איבערגעאַרבעט דורך אים מיטן נאָמען ״jerusalem״. ער האָט אַרויסגעגעבן ביז היַינט אַרום 50 קאָמפאַקט דיסקן אין אַסַך שפּראַכן און אין פאַרשידענע סטילן. 20 קינדער טייפּן מיט זיַין אויספירונג זענען פאַרקויפט געוואָרן אין הונדערטער טויזנטער עקזעמפּלאַרן אויף דער גאַנצער וועלט. די טעלעוויזיע סטאַנציע PBS אין די פאַרייניקטע שטאַטן האָט רעקאָרדירט דריַי פון זיַינע פּראָדוקציעס. די פּראָגראַמען זענען טראַנסמיטירט געוואָָרן אין גאַנץ אַמעריקע אַרום 1000 מאָל אין פאַרלויף פון די לעצטע פיר יאָר.
סאַסי קעשעט – שוישפּילער און זינגער. קעשעט איז געווען פון די אויסגעצייכנסטע שטערנס פון דעם נח”ל אַנסאַמבל. נאָך זיַין באַפריַיונג פונעם אַנסאַמבל איז ער פארוואַנדלט געוואָרן אין אַ סאָלאַן זינגער און געווען דער ” יוגנט גאָט ” אין די 70סטע יאָרן . פון דאַן אָן האָט ער אָנטייל גענומען אין צענדליקע פאָרשטעלונגען, פּיעסעס, און טעלעוויזיע פילמען און פאַרוויילונגס ספּעקטאַקלען, געזאַנג פעסטיוואַלן א.א.וו. קעשעט האו געווונען אין אלע פעסטיוואלן אין וועלכע ער האט זיך באטייליקט. איינע פון זיי איז געווען דער “פעסטיוואל פונעם חסידישן געזאנג” מיטן ליד “שישו בשמחת תורה” (פרייט זיך אין שמחת – תורה”), וואס איז געווארן איינער פון די גרעסטע שלאגערס פון קעשעט, און בכלל אין א באקאנטער חסידישער שלאגער.קעשעט האָט געשפּילט אויך אין אַ גרויסער צאָל סאָלאָ פאָרשטעלונגען ווי: “סאַסי איבערן בויגן” (שַשי מעֵבֶר לַקֶשֶת”) און “צווישן מיר און דיר ביז 120” ( “בֵיני לבֵינךָ עַד 120”), און ער איז באַקאַנט באזונדערס אַלס אַ סטאַר אין מיוזיקאַל , ווי : “די מיזעראַבלע”, “פּאַרשוינען און חַלומֶות”, “ פונעם בוך פון ג’ונגל ” “עוויטאַ” “די מוזיק קלאַנגען”, יוסֶף און דאָס פּאַסן העמד”, “טעראָריסטן”, “דער חַזן פון ווילנע” “די ריַיזעס פון ביניאָמין דער דריטער ” , “שיקאגא”, און נאָך אַסַך אנדערע און גוטע . אויך געווען דער סטאַר אין אַסַך פילמען ווי : “נוריט” “גאַס נומער 60 ” “דער אנַסאַמבל ” “דער מוטיקער דעטעקטיוו שוואַרץ” “באַלעקן די טרוסקאַווקע” א.א.וו. קעשעט האָט רעקאָרדירט פיל אַלבומען. די לעצטע פון זיי : “עפנט אונדז דעם טויער ” און “מיַינס אַ אייגענעם ניגון “. אויך געשפּילט אין פיל טעלעוויזיע סעריעס, צווישן אנדערע,: “3.4.5.און אַ האַלב ” “לאַלאַ לאַנד” “און פּיק אפ”. קעשעט איז היַינט דער גענעראַל דירעקטאָָר און קינסטלערישער דירעקטאָר פון יידישפּיל טעאַטער.
טאָמער האַדאַדי – געבוירן געוואָרן אין 1983. קאׂמפּאָזיטאָר און דיריגענט און פּיאניסט. גראַדוירט פון דער העכערער שול פאַר מוזיק Mannes אין ניו-יאָרק און פון דער אַקאַדעמיע פאַר מוזיק אין ירושלים. ער האָט געשריבן און קאָמפּאָנירט פאַר די בעסטע קינסטלער אין לאַנד, צווישן זיי: ריטאַ, שירי מיַימאָן, גאַלי אַטאַרי, שלאָמי שַבַּת און האַרעל סאַקאַט מיט וועלכן ער האָט פאָרגעשטעלט ישרָאל אין עראָוויזיאָן 2010 אין אָסלא מיטן ליד “מילים” (ווערטער) פון זיַין אייגענער קאָמפּאָזיציע. צווישן זיַין אַרבעט אלס מוזיקאַלישער און אָרקעסטער דירעקטאׂר האָט ער מיטגעאַרבעט מיט אינטערנאציאָנאַלע קינסטלער ווי אַנדרעאַ באָטשעלי, מייקל באַבליי, די קאַנאַדישע טענאָרן און il volo און צווישן זיַינע ווערק האָט ער קאָמפּאָנירט אַ קאָנצערט פאַר פֹיאַנאָ וואָס איז אויסגעפירט געוואָרן אין די בינעס פון דער גאַנצער וועלט און אין לאַנד דורך פיל אָרקעסטערס. טאָמער דינט אויך אַלס דיריגענט פון פאַרשידענע אָרקעסטערס אין דער וועלט, צווישן זיי אין דער סימפאָנישער אָרקעסטער פון ירושלים, די קיבוץ קאמער אָרקעסטער, און אַנדערע. אין די לעצטע צוויי יאָר, דינט טאָמער אַלס מוזיקאַלישער דירעקטאָר, פּיאַניסט און דודו פישערס דיריגענט אין זיַינע אויפטרעטונגען אין דער וועלט און מיט פאַרשידענע אָרקעסטערס, כּולֵל מוזיקאַלישער לייטונג פון דער טעלעוויזיע פּראָגראַם פּראָדוצירט מיט דוּדו פאַרן קאַנאל PBS אין דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. לעצטנס, צווישן אנדערע פריַיזן, האָט טאָמער געוווּנען אַ גאָלדענעם אַלבאָם פאַרן בשוּתפֶותדיקן פּרויעקט מיט דָוד ד’אור- אַן אָריגינעלער פּרויעקט פאַר קאָמפּאָזיציע פון תהילים פראַגמענטן- “מזמור לדָוד”.
קיבוץ קאַמער-אָרקעסטער פון נאַטאַניע – אַ לאַנגיאָריקער באַרימטער אָרקעסטער וואָס האָט געוווּנען א בכּבֶודיקן פּלאַץ און אַ באַזונדערער פּאָזיציע צווישן די אָרקעסטערס פון לאַנד. ס’האַנדלט זיך וועגן אַן ענערגעטישער און אָפגעפרישטער אָרקעסטער וועלכערָ טרעט אויף מיט העכער פון 120 קאָנצערטן אין אַ סעזאָן. און ברענגט צו די קאָנצערט זאַלן קאָלירפולע מוזיקאַלישע איבערלעבונגען, זי נעמט אויף באַרימטע סאָליסטן פון אויסלאַנד און פונעם לאַנד, און צייכנט זיך אויס פאַר איר ברייטן רעפּערטואַר וועלכער באליַיכט מיט אַ ניַיער ליכט די טראַדיציאָנעלע קלאַסיק, סיי דורך מאָדערנע איבעראַרבעטונגען פון באַקאַנטע אָריגינעלע ווערסיעס, און סיַי מיט פאָרשטעלן ווערק אין א ניַיער און אַקטועלער אוׁפן פאַר די ליבהאָבער פון מוזיק.דער אָרקעסטער איז זוכֶה צו אַ גרויסער אָפּשאַצונג אויך צווישן די מוזיקער קהילֶה און צוזאַמען מיט דער פילאַרמאָניק ישרָאל אָרקעסטער איז זי אָפּגעשאַצט אַלס דער קוואַליטאַטיווסטער אָרקעסטער אין ישרָאל, דורך דער ראַט-הויז פאַר קולטור און קונסט פונעם קולטור מיניסטעריום פאַר די יאָרן 2013-1014.דאָס איז דער איינציקער אָרקעסטער אין לאַנד וואָס די גרעסטע טייל פון איר טעטיקייט ווערט אויסגעפירט אין דער פּעריפעריע. העכער פון 40 יאר פירט זי אויס קאׂנצערטן פאַר אַבאָנענטן און פארן ברייטן עולֶם אין אַלע עקן פון לאַנד:נאַהאַריע, עין-האַשאָפעט, עמעק- האַיאַרדען, עין-האכאָרעש, נאַטאניע, תל-אביבער קונסט מוזעאום, גיוואַט – ברענער ביז דאָראָט און אַשקעלאָן אין דָרוֶם. “נאַטאַניע קיבוץ קאַמער-אָרקעסטער פאַרוואַנדלט זיך אין אַן איבערראַשונג יעדעס מאָל אויף ס’ניַי. (יאָסי שיפמאַן, האַבאַמאַ)