אַ מוזיקאַלישער פאַרווייַלונגס ספּעקטאַקל מיט יעקב באָדאָ און אַנאַט אַצמאָןאַ אייגנאַרטיקער צוזאַמענטרעף צווישן צוויי דורֶות פון ישראל פאַרווייַלונג סטאַרן וועלכע האָבן זיך פאַראייניקט אויפצוטרעטן אויף דער יידישפיל טעאַטער בינע, אין אַ סאַטירישן און אַקטועלן פּראָגראַם וועגן הייַנטיקע עִניָנים ווי אויך אין קלאַסישע און הייַנטציַיַטיקע סצענעס און לידער.
דער ספּעקטאַקל קומט פאָר אין דעם קאָסמעטיק צימערל פון צוויי שוישפילער וועלכע גרייטן זיך צו דער פאָרשטעלונג, און אַנטדעקן אַז דער עולֶם געפינט זיך שוין אין זאַל, און דער פאָרהאַנג הייבט זיך אויף. אַ אָוונט וואָס פאַרשאַפט גרויס פאַרגעניגן מיט אַן אויסגעצייכנטער אויפפירונג. אַ פּראָגראַם מיט די בעסטע לידער און מיט דעם בעסטן יידישן הומאָר. אַן אנדערטהאַלבן שעָה פון געלעכטער און הַנאָה.
רעדאַגירונג און רעזשי: שמואל אַצמאָן-ווירצער, מוזיקאַלישע לייטונג, באַאַרבעטונגען און קלאַוויר באַגלייטונג: שלמה ליידערמאן, דיזייַן: סערגיי בערעזין. ס’באַטייליקן זיך: שמואל אַצמאָן-ווירצער, אַנאַט אַצמאָן, יעקב באָדאָ. די פארשטעלונג דויערט אַ שעָה מיט אַ האלבן, אָן אַ פּויזע.