פּיעסע וועגן אַן אַקטועלער טעמע
אַ 72 יעריקער אַלמן ווערט געבראַכט דורך זייַנע קינדער פון דאָרף צו דער גרויסער שטאָט- מאָסקווע. די שנור שטרעבט צו מאַכן אַ קאריערע, און דער זון איז אַ סוחֵר אין “רֶטרו”, פון דאָס בעסטע אמאָל אין רוסלאַנד. זיי באַמיען זיך אים צופּאַסן צו דער שטאָט אָבער ער וויל זיך אומקערן צו דער שטילקייַט פון דאָרף. צוליב דעם באשליסן דער זון און די שנור אים משַדך זייַן צו איינע פון די דרייַ אַלמָנֶות: די ערשטע- אַן אַמאָליקע באַלערינע, די צווייטע- אַ געוועזענע קראַנקן שוועסטער אין אַ פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל, און די דריטע- אַ פּענסיאָנירטע לערערין פון ליטעראַטור. אַלע דרייַ זענען פאַרבעטן מיט אַן אונטערשייד פון אַ שָעָה איינער פון דער צווייטער, נאָר זיי האָבן אַ טָעֶות און קומען אָן אַלע צוזאַמען. פון דעם מאָמענט אָן פאַרפּלאָנטערט זיך דער אַרגומענט, ביזן אומגעריכטן סוף.
פון: אלעקסאַנדער גאַלין, רעזשי: מיכאַעל לוריאַ, איבערזעצונג אויף יידיש: ישראל רובינטשעק, דעקאָראַציע: אלעקסאַנדער ליסיאַנסקי, באַלייַכטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, קליידונג: קטרינה לוריא, מוזיקאלישע לייטונג: מאַרינא קאַמינקער, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס באַטייליקן זיך: טרייסי אבראַמאָוויטש, יאַנקעלע אַלפּערין, אַנאַבעלאַ, ישראל טרײַסטמאַן, חנה ריבער, עטעל קאָבינסקאַ, מאשאַ באַלקינאַ, טאַניאַ כאַזאַנאָוויטש, עלינאָאַר זאַקאַי, אלעקסיי מאַקאַרעצקי.