מוזיקאַלישער פאַרווייַלונגס ספּעקטאַקל דורכגעפירט דורך ייִדישפּיל שוישפּילערינס , וואָס שילדערט מיט הומאָר און מיט קלאַנגען די פאַרשיידענע באַציונגען פון דער ייִדישער פרוי און איר סבִיבֶה. אַ סאַטירישער קאַבאַרעט אָוונט מיט אַ צוזאַמענקלייַב פון לידער, פִּזמונים, און הומאָר פראַגמענטן, פון די בעסטע פון דער ייִדיש קולטור. אַ ספּעקטאַקל אין וועלכן עס שפּיגלען זיך אָפֹפאַרשיידענע אַספּעקטן אינעם לעבן און אין דער וועלט פון דער פרוי, לויט זיי קומען צום אויסדרוק אין טאָג-טעגלעכן לעבן.
דעקאָראַציע און קליידונג דיזייַנער: יוסי בן-ארי, מוזיקאַלישע אָנפירונג: לנה קופילביץ’, באַלייכטונג צוגרייטונג: מישה צ’רניאבסקי, באַוועגונג: מרינה בלטוב, איבערזעצונג אויף רוסיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אָנטייל: טרייסי אברמוביץ’, שמואל אַצמאָן-ווירצער, אַנאַבעלאַ, הלנה ירלובה, מאָניקאַ וואַרדימאָן, עדי ארד, רינת עמנואל, חנה ריבר, יאַנקעלע אַלפּערין.