שפילן אַ ליבע

שפילן אַ ליבעאַ מוזיקאַלישע פאָרשטעלונג פול מיט ליבע !די יידישפיל שוישפּילערס דאָרי ענגעל און מירי רעגנדאָרפער אין די בעסטע ליבעס לידער פון אַלע צייַטן אויף יידיש, פון געבירטיג און איציק מאנגער  ביז בען-ציון וויטלער און מאָלי פּיקאָן.דער ספּעקטאַקל באַגלייט דאָס פאַרליבטע פאָרל פון דער ערשטער ליבעס באַרירונג אָן, דורך די רייצונגען  צווישן מאַן און ווייַב ביז  זיי ווערן עלטער צוזאַמען .די לידער זענען באַגלייט פון פאַרבינדונגס פראַגמענטן און סצענעס פון  די בעסטע פּערל פון דער חָכמֶה און פונעם יידיש  הומאָר, און אַלעס וועגן ער און זי.רעדאַגירונג און רעזשי: דאָרי ענגעלמוזיקאַלישע לייטונג און קלאַוויר: מישאַ בלעכעראָוויטש ס’באַטייליקן זיך: דאָרי ענגעל און מירי רעגנדאָרפערבאַגלייט מיט אַן איבערזעצונג אויף העברעיש