מוזיקאַלישער פאַרווייַלונגס ספּעקטאַקל דורכגעפירט דורך ייִדישפּיל שוישפּילערינס , וואָס שילדערט מיט הומאָר און מיט קלאַנגען די פאַרשיידענע באַציונגען פון דער ייִדישער פרוי און איר סבִיבֶה. אַ סאַטירישער קאַבאַרעט אָוונט מיט אַ צוזאַמענקלייַב פון לידער, פִּזמונים, און הומאָר פראַגמענטן, פון די בעסטע פון דער ייִדיש קולטור. אַ ספּעקטאַקל אין וועלכן עס שפּיגלען זיך אָפֹפאַרשיידענע אַספּעקטן אינעם […]
דאָס איז אַ מוזיקאַלישע פּיעסע וועגן דער געשיכטע פון די ראָטשילד’ס וואָס קומט פאָר אין פראַנקפורט אין סוף פונעם 18-טן יאָרהונדערט. די געשיכטע פון דעם טאַטן פון דער מִשפָּחֶה און זייַנע זין און די געשיכטע פון דער עקאָנאָמישער אימפּעריע וועלכע האָט זיך פאַרשפּרייט איבער אייראָפּע און איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם קלאַסישן חָלום פון אַסַך ייִדן […]
שלום עליכמס קלאַסישע דערציילונג וועגן דעם אָרעמן שנייַדער שמעון-אלי “הער אונדזער קוֹל” , וואָס זייַן פרוי שיקט אים אַוועק אין שטעטל קאָזאָדאָיעווקאַ קויפן אַ ציג זאָל געבן מילך פאַר דער מִשפָּחֶה, און ס’האָט זיך אויסגעוויזן אַז ס’איז ניט אַזוי גרינג… אין דער פּיעסע זענן פאַראַן קאָמישע און סאַטירישע געשעענישן פון דער פאַרביקער לעבנס דערפאַרונג אינעם […]
מוזיקאַלישע פּיעסע לויט מרדכי געבירטיגס לידערפון: יהושע סאָבאָלוועלוול און בערל (באָדאָ און קאַשקאַר) און דער אַנסאַמבל פון יידישפּיל טעאַטער פירן אונדז אַריבער צו אַ מאַגישע רייַזע אין אַ תקופֶה פאַר דער שואָה, צו דער טיפער, רייַכער און פאַרביקער קולטור פון אייראָפּעישן יידנטום וואָס איז אינגאַנצן אָפּגעמעקט געוואָרן אין דער צווייטער וועלט מלחָמֶה.די פּיעסע איז געשריבן […]
ווען יעקב באָדאָ און גאַדי יאַגיל קומען אָן אין האָטעל אויף וואַקאַציעס הייבט זיך ערשט אָן די קאָמעדיע ס’פלעגן באַזוכן דעם האָטעל “אַמעריקאַנאַ” ניט געהייַרעטע מיידלעך און בָחורים. אין איינע פון די ענדע וואָכן איז אָנגעקומען אָ סימפּאַטיש פאָרל: זעליג דער שנייַדער (באָדאָ) און זייַן פרייַנט שימשאָן, אַ סוחֵר פון געניצטע אויטאָמאָבילן (ׁיאַגיל). כּדֵי צו […]
אַ מוזיקאַלישע פּיעסע פון שָלום עַליכם פּיעסע באַזירט אויפן ראָמאַן “ההצלה עקובה מדם” געשריבן אין יאָר 1912. צוויי חַבֵרים, איינער אַ ייֵד (שניאורסאָן) און דער צווייטער אַ גוי (איבאַנאָוו), פייַערן די ענדע לימודים אין גימנאַזיע אין דער צאַרישער צייַט אין רוסלאַנד, אין וועלכער דער צוגאַנג פון יידן צו אַ קאַריערע און צו בילדונג איז געווען […]
אַ רירנדיקע דראַמע מיט אָרנאַ פאָראַט און ציפּע לינקאָווסקי זאשקע גרובער, די אלטע מוטער פון לאה און רחל, גייט אוועק פון דער וועלט. לאה, די שוועסטער, א פענסיאָנערין, וועלכע האֶט זיך אָפּגעגעבן מיט דער מוטער ביזן לעצטן טאָג פון איר לעבן, האָט דרינגנדיק גערופן איר שוועסטער פון ארגענטינע. די שוועסטער, רחל, איז א דערפאָלגרייכע שרייבערין […]
פיעסע פון משה גערשענזאָן ווער פון אונדז האָט ניט געהערט אָדער געלייענט וועגן דעם דאָזיקן פריילעכן ייִד, וועגן דעם פאָלק לֵץ, דעם שטיפערישן כיטרע, שטיק מאכער און קונדֵס באווייַזער. ווער קען ניט הערשעלען- אַן אֶמֶתע מיטאָלאָגישע געשטאַלט פאַרוואַנדלט אין אַ העלד אין דער יידישער קולטור און הומאָר? הערשעלע אַסטראָפּאָליערס פאַרביקע פיגור איז פאַראייביקט געוואָרן אין […]
אַ מוזיקאַלישע פאָרשטעלונג מיטן אָנטייל פון די שוישפּילערס/זינגערס: דודו פישער,גאדי יאַגיל און יאַנקעלע אַלפּערין “מיר פילן אַ ווילן דעם ווייטיק צו שטילן מיט אַ לידל, אַ טענצל אַ ביסעלע שפּיל”. זעליק באַרדיטשעווער “די יידישע פאָלקמוזיק האָט געמאַכט אויף מיר א געוואַַלטיקן אייַנדרוק. איך ווער קיינמאל נישט מיד זי צו געניסן. זי האָט אַ סַך געזיכטן […]
איין און איינציקער אָוונט- קינסטלער פון דער העברעישער בינע באַגריסן דעם “ייִדישפּיל” טעאַטער צו זייַן צען יעריקער עקזיסטענץ רעזשיסאָר: יצחק שאולי, דעקאָראַציע צוגרייטונג: פרידאַ קלאָפּהאָלץ-אבראהאַמי, כאָרעאָגראַפיע: מאַרינאַ בעלטאָוו, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, פּראָדוקציע: יאַפאַ אָרנשטיין, פראָדוקציע העלפער: כעמי אַלאָני. עס באַטייליקן זיך לויט:סימפאָנעט רַעַננה קינדער כאָר יונג “בַת קול” נתן דאַטנער, אָרנאַ פּאָראט, חיה סאמיר […]